שנעל טייפן

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דברים נפלאים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:49 pm

שנעל טייפן

תגובהדורך דברים נפלאים » פרייטאג מאי 05, 2017 11:19 am

איז דא ווי מען קען זיך לערנען שנעל טייפן אויף א קיבארד (אידיש אין ענגליש)?
טראכט פאר די רעדסט ווייל -
פארן רעדן ביסטו ב"ב אויף דיין ווארט נאכן רעדן איז דיין ווארט ב"ב אויף דיר!

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג מאי 05, 2017 11:59 am

עס איז דא א פראגראם Toch tiping now, וואס לערנט אויס אין 10 שעה, נישט ממש, אבער נאך 10 שעה קען מען גאנץ פיין, און נאכדעם דארף מען נאר נוצן די געוואוינהייט ביז מען קומט גוט אן

איך ווייס נישט וואו מען קען עס באקומען היינט צו טאג.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » פרייטאג מאי 05, 2017 2:14 pm

I also want

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג מאי 05, 2017 2:50 pm

touch typing now איז די שם הכולל פאר די פראגראם וואס לערנט אויס טייפן שנעל, אז די וועסט סירטשען טאטש טייפינג וועסטו משוגע ווערן וויפיל ריזאלטס זיי גייען דיר דארט ארויפברענגן, לכאורה די פראגרעם וואס ווילזייןגוט האט פארגעשלאגען איז פון http://www.jewishsoftware.com, אבער זיי בעטן דערפאר ארום 70 דאללער צו דאונלאודען.

אז דו ווילסט גיין בחינם, קען איך דיר פארשלאגען צווי אפשענ'ס, אדער קענסטע זיצן אנליין ביי http://www.goodtyping.com זיי האבן גוטע לעססענס, סיי אידיש סיי ענגליש, אדער קענסטו דאונלאודען בחינם אויך א גוטע פראגראם ביי http://www.typefastertypingtotur.com
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג מאי 05, 2017 3:17 pm

פאר ענגליש איז דא זייער א גוטע סייט typingclub.com

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » פרייטאג מאי 05, 2017 3:18 pm

פאר אידיש איז דאס זייער פיין. דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס. http://www.sense-lang.org/typing/tutor/ ... dingHE.php
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » זונטאג מאי 07, 2017 2:11 pm

האפ'ס, כ'האב געמאכט א טעות פריער, ווען כ'האב געשריבן וועגען די סייט פון goodtyping.com האב אין אמת'ן געמיינט צו זאגן http://www.sense-lang.org דאס וואס יאיר האט פארגעשלאגן, נאר וויבאלד איך האב געוואוסט צו זאגן פון ביידע סייט'ס, האב איך פשוט פארטוישט די נעמען פון די צוויי.

goodtyping.com וואלט איך דיר בכלל נישט גע'עצה'ט, איינס ווייל זיי זענען נישט אזוי שיין אהערגעשטעלט ווי סענס-לענג, צווייטענ'ס ווייל זיי האבן נאר לעסענ'ס פאר ענגליש, משא''כ סענס-לענג האט סיי אידיש און סיי ענגליש, אלעס אינטער איין דאך.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
דברים נפלאים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:49 pm

תגובהדורך דברים נפלאים » דינסטאג מאי 09, 2017 2:54 pm

א ש'כח ס'הייבט אן צו העלפן
טראכט פאר די רעדסט ווייל -
פארן רעדן ביסטו ב"ב אויף דיין ווארט נאכן רעדן איז דיין ווארט ב"ב אויף דיר!

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דינסטאג מאי 09, 2017 2:58 pm

דברים נפלאים האט געשריבן:א ש'כח ס'הייבט אן צו העלפן

הכלל, כאפ נישט קיין הייסע לאקשן. טו נישט מער ווי איין לעקציע אין א טאג צוויי. טו עס איבער און איבער אבער גיי נישט ווייטער ווילאנג דו האסט א 99 אויף די פריעדיגע. בעסער קען גוט ווי גיין שנעלער און דערנאך נישט קענען אזוי פליסיג.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 09, 2017 3:00 pm

וואס איז מיט די בית רחל ביכל מיר האט עס געהאלפן

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג מאי 09, 2017 3:13 pm

מיר האט מען אנגעזאגט, אז איך זאל גיין צושטאטליך, דער עיקר אין אנפאנג איז, דאס נישט מאכן קיין טעותים, א יעדע פינגער זאל זיין גוט איינגעוואוינט וואס צו טוהן, די שנעלקייט וועט שפעטער נאכקומען.

אנדערש איז אויב מען האט געכאפט הייסע לאקשן, בלייבט מען אויף שטענדיג אומקלאר, און כאטש מען וועט טייפן שנעל וועט מען מאכן הונדערט מיט איין טעותים.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דינסטאג מאי 09, 2017 3:22 pm

יא גערעכט, די זעלבע זאך האב איך געזעהן ביי מיר,און דא איז אפאר וויכטיגע כללים:

1)גיי נישט צום נעקסטען לעססען פאר דו האסט א %100.(אנטשולדיגט יאיר פארן האלטן אנדערש ווי דיר)
2)שטעל אן די צאל אויתיות פער לעססען: 300.
3)ווען דו זיצט ביים לעססען, פראביר נישט צו ווייזן ווי שנעל דו קענסט טייפן, נאר דער עיקר ציהל דארף זיין זאלסט טייפן ריכטיג. ד.ה. יעדע אות זאל געדרוקט ווערן מיט די ריכטיגע פינגער, מעגסט טייפן שטייט ווי א קאקעראטש, וועסט נאך אלץ אסאך שנעלער אנקומען, אויב וועסטו לייגן דגוש אויף די שנעלקייט וועסטו ענדיגן נעקסטע יאר אויב נישט שפעטער.
די שנעלקייט קומט מיט די צייט, יעצט לערענסטע דיר טייפן "ריכטיג", וואס דאס איז די שליסל צו טייפן "שנעל".
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט