בלאט 1 פון 2

וועלעכע פרינטער צי קויפען

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 6:58 pm
דורך לדעת ולהחכים
איך וויל הערן אן עצה פין די חברים וועלעכע פרינטער צי קויפען. איך וויל א all in one בעיקר דארף איך אויף צי דריקען גאנץ אסאך בלעטער אין אויכעט קאפיס. וועלעכע איז די בעסטע צי קויפען??

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 8:12 pm
דורך בשבילי נברא
אויב דארפסטו עס בעיקר צו פרינטען שווארץ אויף ווייס דעמאלטס קויף א לעיזער פרינטער.

די קאמפאני Brother מאכט בדרך כלל פיינע לעיזער פרינטערס, אבער עס זענען דא זייער אסאך ערליי,
עס זענען דא וואס זענען קלענער אין סייז און וואס די פרינטער פרינט ווייניגער פעיפער פער טאונער, און עס זענען דא אזעלכע וואס זענען גרויס אין סייז און עס גיבט אויך ארויס מער פער טאונער.

עפי"ר איז די כלל, אז ווי ביליגער דער פרינטער כלי איז, אלץ טייערער וועט דיר קאסטן די טאונער / טינט אין די לאנג ראן.

אויך ווען מ'קויפט טינט דארף מען אלעמאל קוקן אויף וויפיל פעידזשעס דער טאונער וועט ארויסגעבן און נישט בלויז אויפן פרייז.

אזוי אויך קען מען זיך שפארן אסאך געלט דורך קויפן קאמפעטיבעל טאונער (ד.ה. אףף ברענד) וואס זענען אסאך ביליגער ווי די אריגינעלע, עס זענען דא אסאך היימישע אידן וואס פארקויפן דאס, אדער אנליין ביי עמעזאן וכדו'.

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:54 pm
דורך ווישוואש
איך נוץ דאס, און כ'בין זייער צופרידן.

Brother MFCL2700DW Compact Laser All-In One Printer with Wireless Networking and Duplex Printing https://www.amazon.com/dp/B00MFG58N6/

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 27, 2017 1:06 pm
דורך אומאפיציעל
איך האב געהאט בעסערע ערפארונג מיט HP פרינטער'ס ווי מיט בראדער, עס קאסט אבער געווענליך אביסל טייערער די טינט (אפילו די קאמפעטיבל).

דו דארפסט אויך זיכער מאכן אז דער פרינטער איז דיזיינט צו קענען נאכקומען די סכום קאפיס וואס דו ווילסט מאכן א חודש \ אויפאיינמאל. ביליגע פרינטער'ס גייען חרוב אויב מאכסטו אפאר הונדערט קאפי'ס אויף איינמאל, אדער קען ער עס סתם אזוי נישט הענדלן, און הייבט אן צו דזשעמען אדער ווערן איבערגעהיצט וכדומה.

אז דו לייגסט א נומער בערך וויפיל קאפי'ס דו קענסט מאכן אויפאיינמאל, און וויפיל בערך דו מאכסט א חודש, קען מען גרינגער צופאסן עפעס פאר דיר.

געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2017 3:19 pm
דורך מקבל
איך האב לעצטענס געקויפט דאס, א color inkjet מיט א ביליגערע ink, זעיט אויס זייער גוט דערווייל.
https://www.amazon.com/gp/product/B01M0W4B32

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:54 pm
דורך נודה לך
ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ דאס, און כ'בין זייער צופרידן.

Brother MFCL2700DW Compact Laser All-In One Printer with Wireless Networking and Duplex Printing https://www.amazon.com/dp/B00MFG58N6/


עס האט א אפשען פון איינשטעקן א יו עס בי ?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:15 am
דורך קנאפער ידען
נודה לך האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ דאס, און כ'בין זייער צופרידן.

Brother MFCL2700DW Compact Laser All-In One Printer with Wireless Networking and Duplex Printing https://www.amazon.com/dp/B00MFG58N6/


עס האט א אפשען פון איינשטעקן א יו עס בי ?

ניין.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:19 am
דורך נודה לך
איז דא עפעס א גוטע וואס האט יא?

(כדארף א קליינע מאשין, אויך פרינט איך נישט קיין סאך אויף אמאל בכלל. ספעציעל וויכטיג אז די סקענער זאל זיין גוט און קלאר)

Brother MFCL2700DW

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:19 am
דורך ידיד כל חי
עס איז אנגענומען ביי היימישע אידן, אז פאר א סטאנדארט פרינטער אין א אפיס אדער אלס א כלי קודש, איז די פרינטער די בעסטע.
און אויך גלייכצייטיג כמעט די ביליגסטע לעיזער פרינטער (ארום $180 - $220), און ביי בלעיק פריידי דיעלס קען מען עס באקומען פאר ($130)
אבער עס האט א חסרון, און דאס איז, אז עס האט נישט קיין USB PORT, ווי צו אריינשטעקן א USB ווען מען וויל פרינטן גלייך פון א USB, און פאר געוויסע מענטשן איז עס א גרויסע חסרון, ווען למשל זיי ווילן פרינטן עמערדזשענסי, און זיי האבן נישט די צייט, געדולד, כח, נערווען (???), צו ווארטן ווילאנג די קאמפיוטער צינד זיך אן (ווער רעדט נאך, ווען ער האט א אלטע ווינדאוס מאדעל...אדער א לעפטאפ מיט 2GB RAM), און דערפאר האט א שטארקע מעלה די USB PORT, און פאר די וואס דארפן עס יא האבן קענען קויפן די מאדעל "Brother MFC-L5850DW", אבער עס קאסט מער (ארום $300).
אזוי אויך איז דא א גוטע מאדעל HP, וואס עס איז גוט און האט אסאך מעלות (למשל: אז ווען מען סקענט א צעטל, סקענט ער לכתחילה 2 זייטן צוזאמען, אן עס דארפן איבערלייגן,
א זאך וואס די אויבנדערמאנטע בראדער האט נישט די בענעפיט)/
די מאדעל איז: "laser jet pro mfp m426fdw", און די פרייז פאר דעם לויפט אויך ארום $300

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:27 pm
דורך Surface
ידיד כל חי האט געשריבן:עס איז אנגענומען ביי היימישע אידן, אז פאר א סטאנדארט פרינטער אין א אפיס אדער אלס א כלי קודש, איז די פרינטער די בעסטע.
און אויך גלייכצייטיג כמעט די ביליגסטע לעיזער פרינטער (ארום $180 - $220), און ביי בלעיק פריידי דיעלס קען מען עס באקומען פאר ($130)

די Brother MFC-L2700DW דארף נישט צו קאסטן מער ווי $140-170 אפילו אין א געווענליכע נישט-בלעק-פריידעי טאג.
פאראיאר בלעק פריידעי/סייבער מאנדעי איז עס געווען פאר $119.95 אזוי אויך קען עס גיין פאר אזוי ביליג ווי $110. ס'איז א גוטע MFC פרינטער און צו כאפן א גוטע פרייז איז כדאי עס צו טרעקן דורך ג"פ גמל וכדו'

ידיד כל חי האט געשריבן:...און דערפאר האט א שטארקע מעלה די USB PORT, און פאר די וואס דארפן עס יא האבן קענען קויפן די מאדעל "Brother MFC-L5850DW", אבער עס קאסט מער (ארום $300).

כדאי צו וויסן אז יעדע שטיק צייט איז די MFC-L5800DW עוועילעבל פאר $279.99, כ'גלייב אז אינעם סיזאן וועט עס אויך זיין צובאקומען פאר די פרייז אדער נאך ביליגער.

ידיד כל חי האט געשריבן:אזוי אויך איז דא א גוטע מאדעל HP, וואס עס איז גוט און האט אסאך מעלות (למשל: אז ווען מען סקענט א צעטל, סקענט ער לכתחילה 2 זייטן צוזאמען, אן עס דארפן איבערלייגן, א זאך וואס די אויבנדערמאנטע בראדער האט נישט די בענעפיט)
די מאדעל איז: "laser jet pro mfp m426fdw", און די פרייז פאר דעם לויפט אויך ארום $300

די HP LaserJet Pro MFP M426FDW איז גראדע יעצט דא אויף איבעי פאר $278.68 מיט פרייע שיפפינג וואס איז זייער א שטארקע פרייז.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 7:35 pm
דורך נודה לך
יישר כח!!

דארף מען עס ערענסט איבערטראכטן צו סאיז ווערט די 150 דאלער מער....

אז איינער ווייסט עפעס אין די רענדזש פון 200 דאלער מיט יו עס בי שטעקער זאל ביטע לאזן וויסן יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 9:16 pm
דורך קנאפער ידען
נודה לך האט געשריבן:יישר כח!!

דארף מען עס ערענסט איבערטראכטן צו סאיז ווערט די 150 דאלער מער....

אז איינער ווייסט עפעס אין די רענדזש פון 200 דאלער מיט יו עס בי שטעקער זאל ביטע לאזן וויסן יישר כח

עס איז דא אסאך ביליגערע מיט USB שטעקערס אבער זיי זענען אינקדזעט וואס די אינק קאסט געווענדליך אסאך מער שפעטער.

געשריבן: פרייטאג אפריל 27, 2018 2:30 pm
דורך מיסטעריעז
Surface האט געשריבן:
ידיד כל חי האט געשריבן:עס איז אנגענומען ביי היימישע אידן, אז פאר א סטאנדארט פרינטער אין א אפיס אדער אלס א כלי קודש, איז די פרינטער די בעסטע.
און אויך גלייכצייטיג כמעט די ביליגסטע לעיזער פרינטער (ארום $180 - $220), און ביי בלעיק פריידי דיעלס קען מען עס באקומען פאר ($130)

די Brother MFC-L2700DW דארף נישט צו קאסטן מער ווי $140-170 אפילו אין א געווענליכע נישט-בלעק-פריידעי טאג.
פאראיאר בלעק פריידעי/סייבער מאנדעי איז עס געווען פאר $119.95 אזוי אויך קען עס גיין פאר אזוי ביליג ווי $110.

יעצט דא פאר $109
https://www.dansdeals.com/shopping-deal ... ed-amazon/
ער צייכנט צו עמעזאן, כ׳זעה אבער אויף גוגל אז איבעראל איז עס יעצט פאר די פרייז.

איז דא ביליגע טאונערס דערפאר?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 17, 2018 3:42 pm
דורך מאך א ברכה
איינער האט עקספירענס מיט אזא מאשין http://a.co/02xtET0 עס איז א אינק אבער דארף צו פארנעמן אסאך פרינטס פער אינק.

געשריבן: פרייטאג יוני 08, 2018 11:09 am
דורך דריידל
איך דארף א נייע טאנער פאר מיין פרינטער. CF226X און CF226A זענען ביידע קאמפעטעבל. די A פרינט 3,100 פעיזשעס און די X פרינט 9,000. די חילוק אין פרייז איז 1 אדער 2 דאלער.
איז דא א סיבה צו קויפן די A ענדערש ווי די X?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:26 am
דורך הענדימען
Brother Wireless All-in-One Inkjet Printer, MFC-J491DW, Multi-Function Color Printer, Duplex Printing, Mobile Printing,Amazon Dash Replenishment Enabled https://www.amazon.com/dp/B07C4V4WWF/re ... HCbNNE7K5G

איז דאס א גוטע פרינטער?

ווען איך קענען נוצן עפטערמארקעט טינט?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:37 am
דורך קנאפער ידען
הענדימען האט געשריבן:Brother Wireless All-in-One Inkjet Printer, MFC-J491DW, Multi-Function Color Printer, Duplex Printing, Mobile Printing,Amazon Dash Replenishment Enabled https://www.amazon.com/dp/B07C4V4WWF/re ... HCbNNE7K5G

איז דאס א גוטע פרינטער?

ווען איך קענען נוצן עפטערמארקעט טינט?

דו דארפסט דוקא קאלערד? אסאך פרינטס/קאפיס אדער אביסל?

דער מאשין איז גאנץ גוט "פאר וואס ער איז", אבער אויב דו דארפסט נישט דייקא קאלערד דאן איז אן לעיזער מאשין אסאך א בעסערע אפציע (כאטש עס איז טייערער דער מאשין אליינס, אבער די טאונער קומט אויס אסאך ביליגער.)

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:41 am
דורך הענדימען
יישר כחם פאר'ן זיך אנרופן

איך פרינט נישט קיין סאך אבער דארף האבן קאלערד פון צייט צו צייט

אויך דארף איך האבן דעם סקענער

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:42 am
דורך הענדימען
קנאפער ידען האט געשריבן:דער מאשין איז גאנץ גוט "פאר וואס ער איז",

װאס מיינט דאס?

און וואס איז וועגן עפטערמארקעט אינק?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:01 am
דורך הרב_שלום
הענדימען האט געשריבן:יישר כחם פאר'ן זיך אנרופן

איך פרינט נישט קיין סאך אבער דארף האבן קאלערד פון צייט צו צייט

אויך דארף איך האבן דעם סקענער


אויב ניצט איר נישט אוזי אפט דאן איז Inkjet גיט
Brother Wireless All-in-One Inkjet Printer, MFC-J895DW, Multi-function Color Printer, Duplex Printing, NFC One Touch to Connect Mobile Printing, Amazon Dash Replenishment Enabled
https://amzn.to/2Y5avWa

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:06 am
דורך ירום הודו
הענדימען האט געשריבן:יישר כחם פאר'ן זיך אנרופן

איך פרינט נישט קיין סאך אבער דארף האבן קאלערד פון צייט צו צייט

אויך דארף איך האבן דעם סקענער


איך וואלט ענדערש געגאנגן מיט א לעיזער שווארץ און ווייס
למשל די פאר $129
אדער דא פון אמאזאן
און די פאר קאליר דזשאבס שיקן מיט אימייל צו א קאפי סטאר, ווי איידער זיין איינגעזייפט מיט אינק-דזשעט וועגן די איינצעלנע פעלער וואס די ברויכסט קאליר.
אדער קענסטו קויפן א קאליר לעיזער אויף סעיל דא פאר $299

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:19 am
דורך קנאפער ידען
הענדימען האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:דער מאשין איז גאנץ גוט "פאר וואס ער איז",

װאס מיינט דאס?

און וואס איז וועגן עפטערמארקעט אינק?

עס מיינט אז עס איז נישט קיין שלעכטע "אינקדזשעט" "קאלערד" כלי. אבער פאר אנדערע זאכן וואלט איך געזאגט אז זאלסט ענדערש נעמען עפעס אנדערש (ווי געשריבן).

יא, עס איז דא עפטערמארקעט אינק דערפאר און עס וועט כמעט זיכער ארבעטן, אבער אינקדזשעט קען זיין מער האקעל ווי לעיזער דערמיט סאו איך קען דיר נישט צוזאגן סוקסעס.
הרב_שלום האט געשריבן:אויב ניצט איר נישט אוזי אפט דאן איז Inkjet גיט
Brother Wireless All-in-One Inkjet Printer, MFC-J895DW, Multi-function Color Printer, Duplex Printing, NFC One Touch to Connect Mobile Printing, Amazon Dash Replenishment Enabled
https://amzn.to/2Y5avWa

ער האט געפרעגט וועגן א צווייטע מאדעל, אויב דו לייגסט אן אנדערע מאדעל (טייערער) וואלסטו געמעגט שרייבן די חילוקים/בעניפיטן אויב עס איז דא.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:06 pm
דורך משק ביתי
https://www.pricesgonecrazy.com/officeupplier
דא האט איר מער ווייניגער די גאנצע אויסוואל פון בראדער לעיזער פרינטערס מיט א קלארע טשארט פאר די חילוקים און די מאדלס ווי אויך די ביליגסטע פרייזן אויף די פרינטערס און די טוינערס

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:27 pm
דורך הענדימען
הרב_שלום האט געשריבן:אויב ניצט איר נישט אוזי אפט דאן איז Inkjet גיט
Brother Wireless All-in-One Inkjet Printer, MFC-J895DW, Multi-function Color Printer, Duplex Printing, NFC One Touch to Connect Mobile Printing, Amazon Dash Replenishment Enabled
https://amzn.to/2Y5avWa

מיט וואס איז דעיע בעסער אז ס'קאסט דאפעלט פון די פרינטער וואס איך האב געשריבן?

ירום הודו האט געשריבן:און די פאר קאליר דזשאבס שיקן מיט אימייל צו א קאפי סטאר

יישר כחם פאר די איידיע אבער פאר מיר וועט עס נישט ארבעטן

אויך. איז די לעיזער גרעסער און וועגט מער. און איך דארף עס קענען ארומטראגן

קנאפער ידען האט געשריבן:עס מיינט אז עס איז נישט קיין שלעכטע "אינקדזשעט" "קאלערד" כלי. אבער פאר אנדערע זאכן וואלט איך געזאגט אז זאלסט ענדערש נעמען עפעס אנדערש (ווי געשריבן).

יישר כחם פאר די קלארע ענטפער

קנאפער ידען האט געשריבן:א, עס איז דא עפטערמארקעט אינק דערפאר און עס וועט כמעט זיכער ארבעטן, אבער אינקדזשעט קען זיין מער האקעל ווי לעיזער דערמיט סאו איך קען דיר נישט צוזאגן סוקסעס.

איך פרעג ווייל כ'האב אמאל געהערט אז א געוויסע קאמפאני בלאקירט די עפטערמארקעט אינק אויף געוויסע פרינטערס און באזאלצן דעם עולם מיט די פרינטערס פאר ביליג

איי געס אז דו האסט נישט געזעהן עפעס ספעציעל ביי בראדער אדער די ספעציפישע פרינטער

משק ביתי האט געשריבן:https://www.pricesgonecrazy.com/officeupplier
דא האט איר מער ווייניגער די גאנצע אויסוואל פון בראדער לעיזער פרינטערס מיט א קלארע טשארט פאר די חילוקים און די מאדלס ווי אויך די ביליגסטע פרייזן אויף די פרינטערס און די טוינערס

יישר כחם

זיי ווייזן נאר לעיזער און איך זוך אינקדזשעט
-----

אגב. די פרינטער וואס איך האב געפרעגט, שטייט אויף עמעזאן אז ס'פרינט נאר 1 פעיפער פער מינוט אבער אויף בראדער'ס סייט שטייט 12 שווארץ און 6 קאלירט

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:40 pm
דורך קנאפער ידען
הענדימען האט געשריבן:אגב. די פרינטער וואס איך האב געפרעגט, שטייט אויף עמעזאן אז ס'פרינט נאר 1 פעיפער פער מינוט אבער אויף בראדער'ס סייט שטייט 12 שווארץ און 6 קאלירט

סתם א טעות.

אונטן אינעם דעסקריפשען וואו ער קאמפערט אפאר בראדער פרינטערס האט ער אויך א טעות ווען דער פרינטער אויבן אויפן פעידזש איז בכלל נישט דא דארט און א צווייטער מאדעל איז רויט ווי למשל ער איז דער פון דעם פעידזש.