וועלעכע פרינטער צי קויפען

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לדעת ולהחכים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 9:30 am

וועלעכע פרינטער צי קויפען

תגובהדורך לדעת ולהחכים » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:58 pm

איך וויל הערן אן עצה פין די חברים וועלעכע פרינטער צי קויפען. איך וויל א all in one בעיקר דארף איך אויף צי דריקען גאנץ אסאך בלעטער אין אויכעט קאפיס. וועלעכע איז די בעסטע צי קויפען??

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:12 pm

אויב דארפסטו עס בעיקר צו פרינטען שווארץ אויף ווייס דעמאלטס קויף א לעיזער פרינטער.

די קאמפאני Brother מאכט בדרך כלל פיינע לעיזער פרינטערס, אבער עס זענען דא זייער אסאך ערליי,
עס זענען דא וואס זענען קלענער אין סייז און וואס די פרינטער פרינט ווייניגער פעיפער פער טאונער, און עס זענען דא אזעלכע וואס זענען גרויס אין סייז און עס גיבט אויך ארויס מער פער טאונער.

עפי"ר איז די כלל, אז ווי ביליגער דער פרינטער כלי איז, אלץ טייערער וועט דיר קאסטן די טאונער / טינט אין די לאנג ראן.

אויך ווען מ'קויפט טינט דארף מען אלעמאל קוקן אויף וויפיל פעידזשעס דער טאונער וועט ארויסגעבן און נישט בלויז אויפן פרייז.

אזוי אויך קען מען זיך שפארן אסאך געלט דורך קויפן קאמפעטיבעל טאונער (ד.ה. אףף ברענד) וואס זענען אסאך ביליגער ווי די אריגינעלע, עס זענען דא אסאך היימישע אידן וואס פארקויפן דאס, אדער אנליין ביי עמעזאן וכדו'.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:54 pm

איך נוץ דאס, און כ'בין זייער צופרידן.

Brother MFCL2700DW Compact Laser All-In One Printer with Wireless Networking and Duplex Printing https://www.amazon.com/dp/B00MFG58N6/
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 1:06 pm

איך האב געהאט בעסערע ערפארונג מיט HP פרינטער'ס ווי מיט בראדער, עס קאסט אבער געווענליך אביסל טייערער די טינט (אפילו די קאמפעטיבל).

דו דארפסט אויך זיכער מאכן אז דער פרינטער איז דיזיינט צו קענען נאכקומען די סכום קאפיס וואס דו ווילסט מאכן א חודש \ אויפאיינמאל. ביליגע פרינטער'ס גייען חרוב אויב מאכסטו אפאר הונדערט קאפי'ס אויף איינמאל, אדער קען ער עס סתם אזוי נישט הענדלן, און הייבט אן צו דזשעמען אדער ווערן איבערגעהיצט וכדומה.

אז דו לייגסט א נומער בערך וויפיל קאפי'ס דו קענסט מאכן אויפאיינמאל, און וויפיל בערך דו מאכסט א חודש, קען מען גרינגער צופאסן עפעס פאר דיר.

מקבל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מיטוואך מאי 03, 2017 3:19 pm

איך האב לעצטענס געקויפט דאס, א color inkjet מיט א ביליגערע ink, זעיט אויס זייער גוט דערווייל.
https://www.amazon.com/gp/product/B01M0W4B32

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:54 pm

ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ דאס, און כ'בין זייער צופרידן.

Brother MFCL2700DW Compact Laser All-In One Printer with Wireless Networking and Duplex Printing https://www.amazon.com/dp/B00MFG58N6/


עס האט א אפשען פון איינשטעקן א יו עס בי ?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:15 am

נודה לך האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ דאס, און כ'בין זייער צופרידן.

Brother MFCL2700DW Compact Laser All-In One Printer with Wireless Networking and Duplex Printing https://www.amazon.com/dp/B00MFG58N6/


עס האט א אפשען פון איינשטעקן א יו עס בי ?

ניין.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:19 am

איז דא עפעס א גוטע וואס האט יא?

(כדארף א קליינע מאשין, אויך פרינט איך נישט קיין סאך אויף אמאל בכלל. ספעציעל וויכטיג אז די סקענער זאל זיין גוט און קלאר)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

Brother MFCL2700DW

תגובהדורך ידיד כל חי » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:19 am

עס איז אנגענומען ביי היימישע אידן, אז פאר א סטאנדארט פרינטער אין א אפיס אדער אלס א כלי קודש, איז די פרינטער די בעסטע.
און אויך גלייכצייטיג כמעט די ביליגסטע לעיזער פרינטער (ארום $180 - $220), און ביי בלעיק פריידי דיעלס קען מען עס באקומען פאר ($130)
אבער עס האט א חסרון, און דאס איז, אז עס האט נישט קיין USB PORT, ווי צו אריינשטעקן א USB ווען מען וויל פרינטן גלייך פון א USB, און פאר געוויסע מענטשן איז עס א גרויסע חסרון, ווען למשל זיי ווילן פרינטן עמערדזשענסי, און זיי האבן נישט די צייט, געדולד, כח, נערווען (???), צו ווארטן ווילאנג די קאמפיוטער צינד זיך אן (ווער רעדט נאך, ווען ער האט א אלטע ווינדאוס מאדעל...אדער א לעפטאפ מיט 2GB RAM), און דערפאר האט א שטארקע מעלה די USB PORT, און פאר די וואס דארפן עס יא האבן קענען קויפן די מאדעל "Brother MFC-L5850DW", אבער עס קאסט מער (ארום $300).
אזוי אויך איז דא א גוטע מאדעל HP, וואס עס איז גוט און האט אסאך מעלות (למשל: אז ווען מען סקענט א צעטל, סקענט ער לכתחילה 2 זייטן צוזאמען, אן עס דארפן איבערלייגן,
א זאך וואס די אויבנדערמאנטע בראדער האט נישט די בענעפיט)/
די מאדעל איז: "laser jet pro mfp m426fdw", און די פרייז פאר דעם לויפט אויך ארום $300

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:27 pm

ידיד כל חי האט געשריבן:עס איז אנגענומען ביי היימישע אידן, אז פאר א סטאנדארט פרינטער אין א אפיס אדער אלס א כלי קודש, איז די פרינטער די בעסטע.
און אויך גלייכצייטיג כמעט די ביליגסטע לעיזער פרינטער (ארום $180 - $220), און ביי בלעיק פריידי דיעלס קען מען עס באקומען פאר ($130)

די Brother MFC-L2700DW דארף נישט צו קאסטן מער ווי $140-170 אפילו אין א געווענליכע נישט-בלעק-פריידעי טאג.
פאראיאר בלעק פריידעי/סייבער מאנדעי איז עס געווען פאר $119.95 אזוי אויך קען עס גיין פאר אזוי ביליג ווי $110. ס'איז א גוטע MFC פרינטער און צו כאפן א גוטע פרייז איז כדאי עס צו טרעקן דורך ג"פ גמל וכדו'

ידיד כל חי האט געשריבן:...און דערפאר האט א שטארקע מעלה די USB PORT, און פאר די וואס דארפן עס יא האבן קענען קויפן די מאדעל "Brother MFC-L5850DW", אבער עס קאסט מער (ארום $300).

כדאי צו וויסן אז יעדע שטיק צייט איז די MFC-L5800DW עוועילעבל פאר $279.99, כ'גלייב אז אינעם סיזאן וועט עס אויך זיין צובאקומען פאר די פרייז אדער נאך ביליגער.

ידיד כל חי האט געשריבן:אזוי אויך איז דא א גוטע מאדעל HP, וואס עס איז גוט און האט אסאך מעלות (למשל: אז ווען מען סקענט א צעטל, סקענט ער לכתחילה 2 זייטן צוזאמען, אן עס דארפן איבערלייגן, א זאך וואס די אויבנדערמאנטע בראדער האט נישט די בענעפיט)
די מאדעל איז: "laser jet pro mfp m426fdw", און די פרייז פאר דעם לויפט אויך ארום $300

די HP LaserJet Pro MFP M426FDW איז גראדע יעצט דא אויף איבעי פאר $278.68 מיט פרייע שיפפינג וואס איז זייער א שטארקע פרייז.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 7:35 pm

יישר כח!!

דארף מען עס ערענסט איבערטראכטן צו סאיז ווערט די 150 דאלער מער....

אז איינער ווייסט עפעס אין די רענדזש פון 200 דאלער מיט יו עס בי שטעקער זאל ביטע לאזן וויסן יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 9:16 pm

נודה לך האט געשריבן:יישר כח!!

דארף מען עס ערענסט איבערטראכטן צו סאיז ווערט די 150 דאלער מער....

אז איינער ווייסט עפעס אין די רענדזש פון 200 דאלער מיט יו עס בי שטעקער זאל ביטע לאזן וויסן יישר כח

עס איז דא אסאך ביליגערע מיט USB שטעקערס אבער זיי זענען אינקדזעט וואס די אינק קאסט געווענדליך אסאך מער שפעטער.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אפריל 27, 2018 2:30 pm

Surface האט געשריבן:
ידיד כל חי האט געשריבן:עס איז אנגענומען ביי היימישע אידן, אז פאר א סטאנדארט פרינטער אין א אפיס אדער אלס א כלי קודש, איז די פרינטער די בעסטע.
און אויך גלייכצייטיג כמעט די ביליגסטע לעיזער פרינטער (ארום $180 - $220), און ביי בלעיק פריידי דיעלס קען מען עס באקומען פאר ($130)

די Brother MFC-L2700DW דארף נישט צו קאסטן מער ווי $140-170 אפילו אין א געווענליכע נישט-בלעק-פריידעי טאג.
פאראיאר בלעק פריידעי/סייבער מאנדעי איז עס געווען פאר $119.95 אזוי אויך קען עס גיין פאר אזוי ביליג ווי $110.

יעצט דא פאר $109
https://www.dansdeals.com/shopping-deal ... ed-amazon/
ער צייכנט צו עמעזאן, כ׳זעה אבער אויף גוגל אז איבעראל איז עס יעצט פאר די פרייז.

איז דא ביליגע טאונערס דערפאר?
וואו איז דָוִי?

מאך א ברכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:10 am

תגובהדורך מאך א ברכה » דאנארשטאג מאי 17, 2018 3:42 pm

איינער האט עקספירענס מיט אזא מאשין http://a.co/02xtET0 עס איז א אינק אבער דארף צו פארנעמן אסאך פרינטס פער אינק.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג יוני 08, 2018 11:09 am

איך דארף א נייע טאנער פאר מיין פרינטער. CF226X און CF226A זענען ביידע קאמפעטעבל. די A פרינט 3,100 פעיזשעס און די X פרינט 9,000. די חילוק אין פרייז איז 1 אדער 2 דאלער.
איז דא א סיבה צו קויפן די A ענדערש ווי די X?


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט