בלאט 7 פון 16

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 10:22 pm
דורך ישוב הדעת
קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:שכח פאר די טיפ, אבער יעצט האב איך שוין ריסטארטעד, איך האב נאך א יוזער וואס איך האב נישט געפענט פאר א לאנגע צייט, דארף אזא מעסעדזש זיין באזארגענד?

עס איז זייער שווער צו געבן אן ענפער דערויף. האסטו רימאוט דעסקטאפ אנגעצינדן?
אגב דעם לעפטאפ נוץ איך אסאך אויף Optimum’s WiFi וואס איז די וועג צו זיין סעקיארד?

אויב דו טוסט סופער סיקרעט זאכן דאן איז דער וועג זיך צו באשיצן מיט א באצאלטע (פרי זענען געווענדליך נישט ווערד) VPN סערוויס. אבער סתם אזוי מיינעך נישט אז א נארמאלע באנוצער דארף זיין זייער באזארגט.

א דאנק פארן זיין צו הילף חינם אין כסף

איך נוץ נישט קיין רימאוט דעסקטאפ

איך נוץ דעם לעפטאפ אויך פאר אנליין בענקינג, וואסערע vpn טוסטו רעקאמענדען?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 10:30 pm
דורך קנאפער ידען
ישוב הדעת האט געשריבן:איך נוץ נישט קיין רימאוט דעסקטאפ

איך האב נישט געפרעגט צו דו נוצסט נאר צו איז אנגעצינדן... גיי צו סעטטינגס>סיסטעם>רימאוט דעסקטאפ און מאך זיכער אז עס איז נישט אנגעצינדן.
ישוב הדעת האט געשריבן:איך נוץ דעם לעפטאפ אויך פאר אנליין בענקינג, וואסערע vpn טוסטו רעקאמענדען?

NordVPN הייסט זייער גוט.

פון די פאר פרי (אבער האבן לימיטעישאנס) קענסטו קוקן אויף TunnelBear, ProtonVPN, און Hotspot Shield.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 10:38 pm

אוקיי העמיר בודק זיין ביידע

תודה רבה!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:37 pm
דורך יונה ישראל
וויאזוי נעם איך אראפ א גרעי גרעידיענט פון מיין סקרין, די אונטערשטע האלב סקרין איז גרעי....
גרעידיענט.jpg
גרעידיענט.jpg (40.11 KiB) געזען 3843 מאל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 4:59 pm
דורך יונה ישראל
ס'זעהט נישט אויס ווי א סעטינג אין די מוח, נאר אין די מאניטער

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:50 am
דורך קענדי'ס
אונזער PC און די ביזנעס פאר די קעמראס
מאכט צי יעדע נאכט אלע פראגראמס וואס ראנט אויף עס
ס'איז ווינדאוס 10 נישט עקטיוועיטעט
ס'גייט נישט אין סליפ מאוד
עני איידיע?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:48 pm
דורך קענדי'ס
קענדי'ס האט געשריבן:אונזער PC און די ביזנעס פאר די קעמרעס
מאכט צי יעדע נאכט אלע פראגראמס וואס ראנט אויף עס
ס'איז ווינדאוס 10 נישט עקטיוועיטעט
ס'גייט נישט אין סליפ מאוד
עני איידיע?

און גארנישט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:55 pm
דורך צוקער וואסער
די קאפיוטער לעשט זיך אויס ?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:57 pm
דורך קענדי'ס
ניין ס'מאכט צי אלע פראגרעמס וואס ראנען אויף עס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:29 pm
דורך קנאפער ידען
קענדי'ס האט געשריבן:ניין ס'מאכט צי אלע פראגרעמס וואס ראנען אויף עס

דו ווייסט אז עס לעשט זיך זיכער נישט אויס (ריסטארט)?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:35 pm
דורך קענדי'ס
נישט בייגאפאלען אפשר יא
ווי קען איך דאס שטעקען?
און איווענט וויוער?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:47 pm
דורך קנאפער ידען
קענדי'ס האט געשריבן:נישט בייגאפאלען אפשר יא
ווי קען איך דאס שטעקען?
און איווענט וויוער?

יא. קענסט פילטערן פאר געוויסע איווענט איידיס, ווי למשל 1074, 6006, 7002.

קענסט אויך פרובירן TurnedOnTimesView פון ניר סאפט http://www.nirsoft.net/utils/computer_t ... times.html

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:38 pm
דורך קענדי'ס
קנאפער ידען האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:נישט בייגאפאלען אפשר יא
ווי קען איך דאס שטעקען?
און איווענט וויוער?

יא. קענסט פילטערן פאר געוויסע איווענט איידיס, ווי למשל 1074, 6006, 7002.

קענסט אויך פרובירן TurnedOnTimesView פון ניר סאפט http://www.nirsoft.net/utils/computer_t ... times.html

ווי אזוי מאך איך אזעלעכע פילטערס?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:05 pm
דורך קנאפער ידען
קענדי'ס האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:נישט בייגאפאלען אפשר יא
ווי קען איך דאס שטעקען?
און איווענט וויוער?

יא. קענסט פילטערן פאר געוויסע איווענט איידיס, ווי למשל 1074, 6006, 7002.

קענסט אויך פרובירן TurnedOnTimesView פון ניר סאפט http://www.nirsoft.net/utils/computer_t ... times.html

ווי אזוי מאך איך אזעלעכע פילטערס?

https://winaero.com/blog/find-shutdown-log-windows-10/

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:18 pm
דורך קענדי'ס
איך האב געניצט די פראגרעם וואס האסט געלינקט ער זאגט אז יעדע נאכט 301 מיט אפאר סקונדעס ריסטארט זיך עס
ווי קען איך טרעפן די ריסען?
shutdown code 0x00500ff

קאמפיוטער פארעכטן - עצות און הילף

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:46 pm
דורך חברה_מאן
קענדי'ס האט געשריבן:אונזער PC און די ביזנעס פאר די קעמראס
מאכט צי יעדע נאכט אלע פראגראמס וואס ראנט אויף עס
ס'איז ווינדאוס 10 נישט עקטיוועיטעט
ס'גייט נישט אין סליפ מאוד
עני איידיע?

קודם פאר מען גייט ווייטער, פארוואס איז דיין ווינדאוס נישט עקטיוועיטעט?
ניץ דעם בעטש פייל צו אקטעוויזירן ווינדאוס און ראן עס As administrator

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:49 pm
דורך קענדי'ס
חברה_מאן האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:אונזער PC און די ביזנעס פאר די קעמראס
מאכט צי יעדע נאכט אלע פראגראמס וואס ראנט אויף עס
ס'איז ווינדאוס 10 נישט עקטיוועיטעט
ס'גייט נישט אין סליפ מאוד
עני איידיע?

קודם פאר מען גייט ווייטער, פארוואס איז דיין ווינדאוס נישט עקטיוועיטעט?
ניץ דעם בעטש פייל צו אקטעוויזירן ווינדאוס און ראן עס As administrator

איך האב אויך די זאכן ס'איז בעיסקלי א PC וואס מען ניצט נאר פאר קעמרעס טו איך עס נישט ס'באדערט מיר נישט
חוץ אויב די וועסט מיר זאגן אז דאס איז די פראבלעם וועל איך עס טון

דא איז די ערראר קאוד פון איווענט וויוער
Untitled.png
Untitled.png (4.3 KiB) געזען 3672 מאל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:01 pm
דורך קנאפער ידען
קענדי'ס האט געשריבן:
חברה_מאן האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:אונזער PC און די ביזנעס פאר די קעמראס
מאכט צי יעדע נאכט אלע פראגראמס וואס ראנט אויף עס
ס'איז ווינדאוס 10 נישט עקטיוועיטעט
ס'גייט נישט אין סליפ מאוד
עני איידיע?

קודם פאר מען גייט ווייטער, פארוואס איז דיין ווינדאוס נישט עקטיוועיטעט?
ניץ דעם בעטש פייל צו אקטעוויזירן ווינדאוס און ראן עס As administrator

איך האב אויך די זאכן ס'איז בעיסקלי א PC וואס מען ניצט נאר פאר קעמרעס טו איך עס נישט ס'באדערט מיר נישט
חוץ אויב די וועסט מיר זאגן אז דאס איז די פראבלעם וועל איך עס טון

דא איז די ערראר קאוד פון איווענט וויוער
Untitled.png

איך וואלט געקוקט די איווענטס (אן א פילטער) אין די פאר מינוט בעפאר דעם.

(אויב דו ווילסט פרובירן עס צו אפשטעלן אן אויספיגערן וואס דער אישו איז... קענסטו טרייען א פראגראם ווי RebootBlocker.)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:14 pm
דורך קענדי'ס
קנאפער ידען האט געשריבן:איך וואלט געקוקט די איווענטס (אן א פילטער) אין די פאר מינוט בעפאר דעם.

(אויב דו ווילסט פרובירן עס צו אפשטעלן אן אויספיגערן וואס דער אישו איז... קענסטו טרייען א פראגראם ווי RebootBlocker.)

גארנישט דא פארדעם
איינס פארדעם איז בערך 3 שעה פריער
אזוי אויך א נאכט פארדעם

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 6:57 pm
דורך נישט פשוט
קענדי'ס האט געשריבן:גארנישט דא פארדעם
איינס פארדעם איז בערך 3 שעה פריער
אזוי אויך א נאכט פארדעם

לאג אריין מיט א אנדערע יאזער (אויב די קענסט) און זעה וואס פאסירט.(מאך זיכער ארויס צו סיינען די אנדערע)
(קענסט אויך מאכן א אפדעיט (סקען קומען פון א סטאק-אפדיט) און צו זיין זיכער מאך אויך א וויירוס סקען)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:19 am
דורך קענדי'ס
נישט פשוט האט געשריבן:לאג אריין מיט א אנדערע יאזער (אויב די קענסט) און זעה וואס פאסירט.(מאך זיכער ארויס צו סיינען די אנדערע)
(קענסט אויך מאכן א אפדעיט (סקען קומען פון א סטאק-אפדיט) און צו זיין זיכער מאך אויך א וויירוס סקען)

אטא דאס קען זיין
מיין פילטער לאט נישט מיין קאמפיוטערס זיך אפדעיטען
א סטאק אפדעיט ראסטארט די PC?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:46 am
דורך קנאפער ידען
קענדי'ס האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:לאג אריין מיט א אנדערע יאזער (אויב די קענסט) און זעה וואס פאסירט.(מאך זיכער ארויס צו סיינען די אנדערע)
(קענסט אויך מאכן א אפדעיט (סקען קומען פון א סטאק-אפדיט) און צו זיין זיכער מאך אויך א וויירוס סקען)

אטא דאס קען זיין
מיין פילטער לאט נישט מיין קאמפיוטערס זיך אפדעיטען
א סטאק אפדעיט ראסטארט די PC?

סטאק אפדעיט מיינט אז עס האט שוין יא אנגעהויבן צו אפדעיטן (שוין דאונלאודעד און אינסטאלירט) און עס דארף נאר ריסטארטן, דער פילטער לכאורה בלאקט עס נאך ביים דאונלאודן.

אויב דו ווילסט קליערן מעגליכע סטאק אפדעיטס קענסטו נוצן א סקריפט ווי דאס https://www.tenforums.com/tutorials/247 ... -10-a.html

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:01 am
דורך קענדי'ס
קנאפער ידען האט געשריבן:סטאק אפדעיט מיינט אז עס האט שוין יא אנגעהויבן צו אפדעיטן (שוין דאונלאודעד און אינסטאלירט) און עס דארף נאר ריסטארטן, דער פילטער לכאורה בלאקט עס נאך ביים דאונלאודן.

אויב דו ווילסט קליערן מעגליכע סטאק אפדעיטס קענסטו נוצן א סקריפט ווי דאס https://www.tenforums.com/tutorials/247 ... -10-a.html

ביסט גערעכט מיט די חלק אז די פילטער בלאקט עס נאך פריער וועגען ער קען אפי' נישט טשעקן פאר אפדעיטס
און ס'קען נאך אלס זיין אז ס'איז סטאק וועגען ער האט אנגעהויבן צי דאונלאודן ווען די פילטער איז געווען דיסעיבלד
אבער אויב ער דארף נאר ריסטארן ער טוט עס דאך יעדע נאכט איז וואס וויל ער ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:09 am

ער איז דאך סטאק... אוודאי דארף ער דאס נישט עכט צו טון... אבער אויב דער סוף פונעם אינסטאלעישאן (דאס פארוואס ער ברויך א ריסטארט) פעילד דאן טרייט ער צומאל נאכאמאל און נאכאמאל דער ריסטארט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:57 pm
דורך עין טובה
מעגליך דו זאלסט קוקן אין טעסק סקעדזשולער וועלכע טעסקס עס לויפן, אדער דארפן לויפן אין די פאר מינוט איידער עס ווערט ריסטארטעט