וועבסייט סעקיוריטי פראגעס (SSL)

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מצוה יונגעל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 5:18 pm

וועבסייט סעקיוריטי פראגעס (SSL)

תגובהדורך מצוה יונגעל » פרייטאג פאברואר 05, 2016 10:32 am

איך האב א וועבזייטל וואס איז האסטעד (hosted) אין אינדיע, (וויבאלד זיי שטעלן צי א גיטע סאפטווער פאר ביליג, אין עס איז מיך נישט ווערט עס אהערציברענגען) איך ניץ ssl צי סיקיארן (secure) די טשעקאוט.
יעצט וויל איך צילייגען א page ווי מען דארף ענטערן פרייוואטע אינפא, אין איך ווייס נישט ווי אזוי/אויב עס איז מעגליך עס צי מאכן secured .

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » פרייטאג פאברואר 05, 2016 10:34 am

Make sure the URL is https
Impossible is just an opinion

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 10, 2016 12:18 pm

עס מאכט נישט אויס וואו די סייט איז האוסטעד, אויב דארף מען אריינשרייבן פריוואטע אינפארמאציע דארף די פעידזש (בעסער די גאנצע וועבסייט) זיין סעקיורד מיט א גוטע SSL סערטיפיקעט.

וואס די SSL סערטיפיקעט טוט, איז אז אלעס וואס ווערט געשיקט צו און פון דיין סייט וועט זיין סעקיורד און ענקריפטעד און קיינער קען עס נישט ליינען אויפן וועג.

אבער איינמאל עס ליגט ביי דיר, ווענדט זיך וואספארא אינפארמאציע דאס איז און וויאזוי מען דארף עס האלטן סעקיור, ווייל דער אדמיניסטראטאר פון דיין האוסטינג קאמפעני קען אלעמאל אריינגיין אין דיין סערווער און ליינען די אינפארמאציע.

איז צו ענטפערן דיין שאלה מוז מען וויסן וואס די פריוואטע אינפארמאציע איז, אז די סעקיוריטי זאל זיין אין איינקלאנג מיטן געזעץ און רעגולאציעס

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג מאי 16, 2017 8:31 pm

איז דא א וועג צו אוועררייטן אזא מעסעדזש ביי א וועבסייט וואס איך טראסט? ווען מען קליקט אויף Advanced און דערנאך Proceed לאזט עס דורך נאר איינמאל און עס בלאקד נאכאמאל ביי יעדע פעידזש אין די וועבסייט.
א דאנק
צוגעלייגטע
Connection.png
Connection.png (17.18 KiB) געזעהן 2389 מאל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 16, 2017 8:50 pm

פארשער האט געשריבן:איז דא א וועג צו אוועררייטן אזא מעסעדזש ביי א וועבסייט וואס איך טראסט? ווען מען קליקט אויף Advanced און דערנאך Proceed לאזט עס דורך נאר איינמאל און עס בלאקד נאכאמאל ביי יעדע פעידזש אין די וועבסייט.
א דאנק

א נארמאלע וועג איז נישט דא, און עס איז בכלל נישט דא קיין וועג פאר איין סייט.

אויב עס איז דיר ווערד די היבשע ביסל ארבעט קענסטו טראסטן דער ספעציפישער סערטיפיקעט וואס דער סייט נוצט. דא האסטו א שטיקל גייד וויאזוי עס צו טון https://superuser.com/a/960985/368970, אבער אין די נייערע קראום איז דא א נייע וועג צו ארויסבאקומען דער סערטיפיקעט , זע דא https://www.thesslstore.com/blog/how-to ... chrome-56/
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מאי 24, 2017 4:30 pm

פארשער האט געשריבן:איז דא א וועג צו אוועררייטן אזא מעסעדזש ביי א וועבסייט וואס איך טראסט? ווען מען קליקט אויף Advanced און דערנאך Proceed לאזט עס דורך נאר איינמאל און עס בלאקד נאכאמאל ביי יעדע פעידזש אין די וועבסייט.
א דאנק

וואס איז פשט אז עס קומט ארויף אזא מעסעדזש? די סייט קען נישט האבן א געהעריגע סערטיפיקאט?


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט