בלאט 1 פון 2

+CompTIA A סערטיפיקעישען, הילף און עצות

געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:58 pm
דורך קנאפער ידען
נאכן א היבש ביסל צייט זיך שפילן מיט טעכנאלאגיע סתם אלץ א האבי, און כ'מיין אז כ'פארשטיי שוין עטוואס צו קאמפיוטער וכדו', איז געקומען דער צייט עס צו נעמען צום נארמאלן דרך, דאס הייסט זיך לערנען אביסל דער ריכטיגער צוגאנג צו א קאמפיוטער ווי א פרא.

איז וואס טוט מען? מען גייט צום ערשטן שטאפל פון IT טרענירונג, נעמליך די CompTIA A+ 801&802 טרענירונג און עקזעם [פאר די ווייסן נישט CompTIA איז אן ארגאנזאציע וועלכער גיבט כלליות'דיגע טעסטס אין אסאך טעכנאלאגישע פעלדער].

וויל איך וויסן ווער עס קען מיר אנווייזן די בעסטע ביכער דערפאר, און אזוי אויכעט די בעסטע ווידיאו טעטוריעלס?

געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:25 pm
דורך משנה מקום
אויב ווי די עפלייסט פאר א זשאב דארף עס נישט דעמאלטס איז א שאד אייער צייט און געלט
כנלענ"ד

געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:30 pm
דורך קנאפער ידען
משנה מקום האט געשריבן:מעקען דאפעלט

איך דארף עס נישט פאר א דזשאב, מיין דזשאב איז נישט אינעם טעכנאלאגישן פעלד בכלל.
איך וויל עס סתם פאר מיר ארויסצוהאבן בעסער די זאך.

געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:43 pm
דורך PDF
Book: mike meyers
Video Tutorials: Professor Messer

געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:54 pm
דורך קנאפער ידען
PDF האט געשריבן:Book: mike meyers
Video Tutorials: Professor Messer

ייש"כ פאר די רעקאמענדאציעס,
נאך איינער האט עפעס צו רעקאמענדירן?

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 1:54 pm
דורך וואסהאלטסטו
Professor Messer איז בחינם אבער זייער קריכעדיג לענ"ד.
CBT NUGGETS איז זייער גוט! אדער mike meyers פאר ווידיאס איז אייזן!

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:31 pm
דורך משנה מקום
קנאפער ידען האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:מעקען דאפעלט

איך דארף עס נישט פאר א דזשאב, מיין דזשאב איז נישט אינעם טעכנאלאגישן פעלד בכלל.
איך וויל עס סתם פאר מיר ארויסצוהאבן בעסער די זאך.

איך זעה די האסט נישט פארשטאנען מער ווייניגער איז די a+ נישט ווערט קיין צייט און קיין געלט
יעצט אויף ארויסציהאבען די זאך דארפסטו שרייבען פינקטליך וואס די ווילסט מער ארויסהאבען ווייל מער ווייניגער די אלע זאכען וואס מענטשען האבען פראבלעמען מיט זייער קוימפיוטער וועסטו דארטען נישט עכט אזוי טרעפען דארט

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:34 pm
דורך קנאפער ידען
משנה מקום האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:מעקען דאפעלט

איך דארף עס נישט פאר א דזשאב, מיין דזשאב איז נישט אינעם טעכנאלאגישן פעלד בכלל.
איך וויל עס סתם פאר מיר ארויסצוהאבן בעסער די זאך.

איך זעה די האסט נישט פארשטאנען מער ווייניגער איז די a+ נישט ווערט קיין צייט און קיין געלט
יעצט אויף ארויסציהאבען די זאך דארפסטו שרייבען פינקטליך וואס די ווילסט מער ארויסהאבען ווייל מער ווייניגער די אלע זאכען וואס מענטשען האבען פראבלעמען מיט זייער קוימפיוטער וועסטו דארטען נישט עכט אזוי טרעפען דארט

איך וויל קודם קענען אביסל די בעיסיקס, וואס איז וואס, וואו יעדע זאך ווערט פלאצירט, און וויאזוי עס ווערט פלאצירט.
דער פוינט איז נישט A+, עס איז בעיסיק קאמפיוטער טעכניק, אבער דער איינציגער געהעריג ארגאנאזירטער סיסטעם זיך עס צו לערנען איז - ווי איך פארשטיי - מיט די A+ קלעסעס און ביכער.
אדרבה, האסט א בעסערע וועג?

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:42 pm
דורך משנה מקום
איך טראכט אז היינט דארף מען מער קענען סאפטווער ווי הארדווער a+ פאוקעסט כמעט נישט אויף די חלק סאופטווער וואס קומט צי נוץ

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:45 pm
דורך קנאפער ידען
משנה מקום האט געשריבן:איך טראכט אז היינט דארף מען מער קענען סאפטווער ווי הארדווער a+ פאוקעסט כמעט נישט אויף די חלק סאופטווער וואס קומט צי נוץ

כ'הער, סאו וויאזוי איז דער ראטזאמסטער וועג זיך צו לערנען וועגן סאפטווער [און שטייצעך אויכעט אביסעלע וועגן הארדווער]?

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:46 pm
דורך משנה מקום
די שאלה איז וואס אינטערעסירט דיך

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:48 pm
דורך קנאפער ידען
משנה מקום האט געשריבן:די שאלה איז וואס אינטערעסירט דיך

כ'האב דאך שוין געשריבן בערך, עס אינטערסירט מיר צו ארויסהאבן בעיסיק זאכן צו פארשטיין א קאמפיוטער, קודם וויאזוי עס צאמצושטעלן, און דערנאך וויאזוי צו אנאלאזירן א פראבלעם און עס פרובירן פאררעכטן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 5:51 pm
דורך משנה מקום
איך בין אריבער צי ה"פ ווייל איך האב ציפיל קשיות

געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:16 pm
דורך למעלה משבעים
ווען ענק זענען פארטיג אויסשמועסן ביטע קומט צוריק מיט די רעזולטאטן...

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 8:10 am
דורך קנאפער ידען

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 9:11 am
דורך אַבּערוואַס

שוין אפגעדאנקט און ווייטער געגאנגען? האט מען נישט אפגעשמועסט אז ווען מ'האט א רעזאלושען, קומט מען צוריק מיטטיילן דא מיט'ן עולם?

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 9:15 am
דורך קנאפער ידען
אַבּערוואַס האט געשריבן:

שוין אפגעדאנקט און ווייטער געגאנגען? האט מען נישט אפגעשמועסט אז ווען מ'האט א רעזאלושען, קומט מען צוריק מיטטיילן דא מיט'ן עולם?

ווער אפגעשמועסט וואס אפגעשמועסט?! דער סיבה פארוואס מ'איז אריין אין אישי איז געווען בעיקר ווייל עס ווענדט זיך אין אוזי סאך זאכן אז מ'קען נישט זאגן איין שניט פארן כלל.

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 1:33 pm
דורך אַבּערוואַס
קנאפער ידען האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:

שוין אפגעדאנקט און ווייטער געגאנגען? האט מען נישט אפגעשמועסט אז ווען מ'האט א רעזאלושען, קומט מען צוריק מיטטיילן דא מיט'ן עולם?

ווער אפגעשמועסט וואס אפגעשמועסט?! דער סיבה פארוואס מ'איז אריין אין אישי איז געווען בעיקר ווייל עס ווענדט זיך אין אוזי סאך זאכן אז מ'קען נישט זאגן איין שניט פארן כלל.

דא האסטו די השתלשלות, אפשר וועט דיר דאס זיין קענטליך.

משנה מקום האט געשריבן:איך בין אריבער צי ה"פ ווייל איך האב ציפיל קשיות

למעלה משבעים האט געשריבן:ווען ענק זענען פארטיג אויסשמועסן ביטע קומט צוריק מיט די רעזולטאטן...


געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 2:19 pm
דורך קנאפער ידען
סאו למעלה האט עפעס געשריבן, דעטס אלל...

איך מיט משנה מקום האבן גארנישט געזאגט און אפגעשמועסט!

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 10:41 pm
דורך אַבּערוואַס
אנטשולדיגט כ'האב נישט אזוי מדייק געווען אין די תגובות, יעצט זעה איך וואס דו מיינסט.

און שכח פאר דיינע ידיעות אלעמאל, ווי ריעלי עפרישיעיט איט!

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 11:32 pm
דורך leiby
די נעטווארק חלק פון a+ קען יא היפש צוניצקומען.

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 11:36 pm
דורך משנה מקום
אויף דעם איז דאך דא נעטווארק פלאס

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 11:41 pm
דורך leiby
אמת, אבער ס'איז אביסל לאנג און בארינג, די חלק פון די געהעריגע a+ האט עס שנעלער.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:42 am
דורך נישט פשוט
געזען היינט
מאנסי יעזורו.PNG
מאנסי יעזורו.PNG (28.53 KiB) געזען 5444 מאל

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:11 am
דורך יוני
דאס איז א געוואלדיגע גוטע סייט זיך צו לערנען a+ נעטווארק פלאס און סקיורעטי פלאס. דער טיטשער גייט זייער שטארק געבויעט אויף די exem objectives. סא כ'וואלט געראטן מ'זאל פארדעם דאנלאודען די אבדזשעקטיווס און מיטגיין מיט דעם. אזוי אויך קען מען קויפן פון אים זיינע נאוטס אויף די קורסעס וואס העלפט שטארק ארויס.

https://www.professormesser.com/