וויאזוי צו פארעכטן אייער קאמפיוטער

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יולי 10, 2017 7:12 pm

Superfetch כצ"ל, אויב נערווירט עס קענסטו עס אויסלעשן אין Services.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג יולי 10, 2017 8:31 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:נאר אז דיין דיסק ווערט אגאנצן צייט גענוצט, און עס איז לאו דוקא אז דאס זאל ווייזן אויף עפעס נישט גוט, ביי די פשוט'ע סארט הארדדרייוו און נישט דער בעסטער מאשין איז דאס היבש נארמאל.)

הוי אבער שפירט זיך עס

בארבער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

תגובהדורך בארבער » דינסטאג יולי 11, 2017 7:53 am

קנאפער ידען האט געשריבן:וואנדערשער איז א פראגראם (אדער עטליכע פראגראמען וואס זיי האבן) פון א קאמפאני מיט דער נאמען. זיי האבן קאנווערטערס, דעטא רעקאווערי, און נאך. קענסט עס טרעפן ביי פראגראמען און אנאינסטאלירן.

וויאזוי ווייס איך וועלכע פראגראם סנוצט וואנדערשער און סאיז נישט עפעס וואס איך נוץ אן דעילי בעסיס?


סופערפעטש איז א חלק פון ווינדאוס.

(אגב, 100% ביי דיסק מיינט נישט אז עס נישט דיין גאנצע "דיסק ספעיס", אבוויעסלי ווייל דיין הארדדרייוו ווערט נישט פול, נאר אז דיין דיסק ווערט אגאנצן צייט גענוצט, און עס איז לאו דוקא אז דאס זאל ווייזן אויף עפעס נישט גוט, ביי די פשוט'ע סארט הארדדרייוו און נישט דער בעסטער מאשין איז דאס היבש נארמאל.)


איך פארשטיי סמאכט אבער אזוי שטאט די קאמפיוטער אז מקען גארנישט טוהן ווילאנג סעסטעבלייזט זיך נישט

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג יולי 11, 2017 10:08 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:עס דארף זיין ערגעץ א פלאץ ווי מען שטעלט אן מיט וואסערע פראגראם זאל זיך סטארטען די קאמפיוטער, קען מיר איינער זאגן ווי איך קען אנשטעלן/אויסלעשן?

"מיט וואספארא פראגראם זאל זיך סטארטן דער קאמפיוטער" אדער וועלכע פראגראמען זאלן זיך אנצינדן ווען מען סטארט דער קאמפיוטער?

אויך דארפסטו זאגן פון וועלכע ווינדאוס ווערסיע דו רעדסט.

ווינדאויס 7, איך וויל אויס לעשן זאכן מיט וואס עס ארבעט א גאנצע צייט אין די בעקגראונד אויך ווען מען צינד אן די קאמפיוטער סטארט זיך יענע זאכןאוכעט (אזוי מיין איך למשל דראפ באקס) אזוי אויך ווען איך צינד אן מיין לעפ טאפ הייבט גלייך אן ארויף צשפרינגען זאכן ( עס קוקט אויס ווי פראגראמען וואס עס וויל זיך אנצינדען) ווי לעשט מען עס אויס ?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג יולי 11, 2017 10:12 am


יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג יולי 11, 2017 10:16 am

מומחה עצום האט געשריבן:אזוי

ישר כוח

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 11, 2017 10:16 am

בארבער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:וואנדערשער איז א פראגראם (אדער עטליכע פראגראמען וואס זיי האבן) פון א קאמפאני מיט דער נאמען. זיי האבן קאנווערטערס, דעטא רעקאווערי, און נאך. קענסט עס טרעפן ביי פראגראמען און אנאינסטאלירן.

וויאזוי ווייס איך וועלכע פראגראם סנוצט וואנדערשער און סאיז נישט עפעס וואס איך נוץ אן דעילי בעסיס?


סופערפעטש איז א חלק פון ווינדאוס.

(אגב, 100% ביי דיסק מיינט נישט אז עס נישט דיין גאנצע "דיסק ספעיס", אבוויעסלי ווייל דיין הארדדרייוו ווערט נישט פול, נאר אז דיין דיסק ווערט אגאנצן צייט גענוצט, און עס איז לאו דוקא אז דאס זאל ווייזן אויף עפעס נישט גוט, ביי די פשוט'ע סארט הארדדרייוו און נישט דער בעסטער מאשין איז דאס היבש נארמאל.)


איך פארשטיי סמאכט אבער אזוי שטאט די קאמפיוטער אז מקען גארנישט טוהן ווילאנג סעסטעבלייזט זיך נישט

ווי געזאגט, וואנדערשער זענען פראגראמען מיט דעם נאמען אדער מיט דעם קאמפאני נאמען, עס איז נישט עפעס וואס אנדערע פראגראמען נוצן. סאו גיי צו די אנאינסטאל פלאץ און זוך אויף פראגראמען וואס זייער נאמען אדער זייער קאמפאני נאמען איז וואנדערשער און קוק צו דו נוצסט זיי.

ווי מומחה האט שוין געלינקט איז דא א וועג צו דיסעיבלען סופערפעטש אויב עס איז טאקע אזוי בעד.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

בארבער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

תגובהדורך בארבער » דינסטאג יולי 11, 2017 12:33 pm

סאיז פאני ווייל איך זעה עס נישט און די פראגרעמען איך טרעף עס נאר ווען סארבעט אין די טעסק מענעדזשער.

איך האב יא געטראפן די פאלדער ביי (program files(86.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 11, 2017 8:01 pm

בארבער האט געשריבן:סאיז פאני ווייל איך זעה עס נישט און די פראגרעמען איך טרעף עס נאר ווען סארבעט אין די טעסק מענעדזשער.

איך האב יא געטראפן די פאלדער ביי (program files(86.

אויך נישט ביי פראגראמען אלץ קאמפאני נאמען? ביי יעדע פראגראם איז דא א קאמפאני נאמען, קוק איבער יענע שורה.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

בארבער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

תגובהדורך בארבער » פרייטאג יולי 14, 2017 10:01 am

למעשה זעה איך נישט די וואנדערשער פראגראם ביי קיין איין פאלאץ חוץ ביי פראגראמס( 86).

איך האב קודם אויסגלאשען סופערפעטש מיט מומחה'ס לינק איך האף אז יעצט וועט עס נישט מאכען מער קיין פראבלעמען.

שכוח קנאפער און מומחה פאר די העלפ

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:29 pm

​מיין קאמפיוטער פריזעד יעדן טאג עטליכע מאל און איך קען גארנישט טוען פאר א האלבע מינוט. עס פאסירט געווענליך ווען איך עפען פיילס אדער איך טו עפעס צו שנעל און ער גיט א פריז.

אזוי אויך איז דא זאכן וואס נעמט געפערליך לאנג, למשל עפענען פאטאשאפ קען נעמען 1-2 מינוט און מיין קאמפיוטער פריזעד אפאר מאל אינמיטן. אזוי אויך ווען איך וויל סורטשן ביי דאונלאודס by name or by date קען עס נעמען א שיינע פאר מינוט (פארשטייט זיך איך ווארט נישט אויס, און אז איך וויל טרעפן א פייל מוז איך האבן די פייל נאמען..)

דאס געשעט אפילו נאכן ריסטארטן און ראנען סי סי קלינער

איך וואלט זייער אפרישיעטעד אויב איינער קען מיר ביטע ארויסהעלפן וויאזוי איך קען עס פיקסען?



My hard drive is 228GB free of 453GB
צוגעלייגטע
pc info.JPG
pc info.JPG (24.48 KiB) געזעהן 2705 מאל
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:40 pm

לכאורה די רעם

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:44 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:לכאורה די רעם

לכאורה נישט. וויפיל פראגראמען האסטו אפן אויפאמאל?

טשעק דיין הארד דרייוו מיט chkdsk און sfc (לינק) און לאז וויסן צו דו טרעפסט עפעס אינטרעסאנט, דאן וועט מען זען ווייטער.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:12 am

מומחה עצום האט געשריבן:
טויגליכער איד האט געשריבן:לכאורה די רעם

לכאורה נישט. וויפיל פראגראמען האסטו אפן אויפאמאל?

טשעק דיין הארד דרייוו מיט chkdsk און sfc (לינק) און לאז וויסן צו דו טרעפסט עפעס אינטרעסאנט, דאן וועט מען זען ווייטער.



פארוואס נישט די רעם

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:47 pm

I have done all, but its still happening
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:50 pm

וואס זענען די רעזולטאטן?

טשעק דיין הארד דרייוו מיט CrystalDiskInfo און לייג ארויף א סקרינשאט.

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:59 pm

I ran www.malwarebytes.com and found just 1 yellow threat. hard drive check were good
צוגעלייגטע
crystal.JPG
crystal.JPG (133.9 KiB) געזעהן 2588 מאל
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 1:04 pm

מיין קאמפיוטער גייט אביסעלע סלאו. האמיר געראנט עוועסט (פרי) זאגט ער מיר אז איך האב אסאך דזשאנק פיילס. אפאר גיג איז אין TEMP פיילס. קען מין דאס סתם אזוי אויסמעקן?
וואס טוט די טעמפ פיילס? דארף איך זיי האבן? ווער האט זיי געמאכט?

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 1:16 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:מיין קאמפיוטער גייט אביסעלע סלאו. האמיר געראנט עוועסט (פרי) זאגט ער מיר אז איך האב אסאך דזשאנק פיילס. אפאר גיג איז אין TEMP פיילס. קען מין דאס סתם אזוי אויסמעקן?
וואס טוט די טעמפ פיילס? דארף איך זיי האבן? ווער האט זיי געמאכט?

דאס איז געמאכט פאר פראגרעמס צו נוצען פאר טעמפרערי פיילס למשל ביים אינסטאלען די פראגרעם אדער געוויסע טעמפרערי פיילס וואס די פראגרעם וויל מאכען בשעתען ארבעטען
נארמאל דארף נישט זיין קיין פראבלעם אויסצומעקען
ווייל נארמאלע פראגרעמס נעמען אין חשבון אז מען מעקט עס אויס
אבער שנעלער גייט עס נישט מאכען דיין קאמפיוטער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:07 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:מיין קאמפיוטער גייט אביסעלע סלאו. האמיר געראנט עוועסט (פרי) זאגט ער מיר אז איך האב אסאך דזשאנק פיילס. אפאר גיג איז אין TEMP פיילס. קען מין דאס סתם אזוי אויסמעקן?
וואס טוט די טעמפ פיילס? דארף איך זיי האבן? ווער האט זיי געמאכט?

דאס איז געמאכט פאר פראגרעמס צו נוצען פאר טעמפרערי פיילס למשל ביים אינסטאלען די פראגרעם אדער געוויסע טעמפרערי פיילס וואס די פראגרעם וויל מאכען בשעתען ארבעטען
נארמאל דארף נישט זיין קיין פראבלעם אויסצומעקען
ווייל נארמאלע פראגרעמס נעמען אין חשבון אז מען מעקט עס אויס
אבער שנעלער גייט עס נישט מאכען דיין קאמפיוטער

כעקספערט, ולא עוד אז עוועסט קלינט דיר דאס נישט אינעם פרי נאר מעלדט דיר אז זיי זענען דארט און בעט דיר צו נעמען דער באצאלטער עס צו קלינען...

אויב ווילסט יא קלינען די טעמפאררערי פיילס קענסטו נוצן TFC וואס איז א סימפעל איין-קליק פראגראם וואס טוט עס פיין http://www.geekstogo.com/forum/files/fi ... -oldtimer/
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 10:53 am

אין א שיינעם טאג – בערך אנדערהאלבן יאר צוריק - האב איך מיר אפגעמאכט אז איך דארף שוין האבן א גרעסערן USB DRIVE מיט מער דאטא, האב איך געבעטן א חבר, אזוי ווי איך בין געבלאקט ב"ה פון שאפינג, ער זאל מיר טוהן א טובה און אפירזוכן א ביליגע סענדיסק יו עס בי מיט 64 גיגעבייטס, למעשה האט ער מיר טאקע געטראפן פאר זיינער צייט א גוטן פרייז פאר בלויז 14$ אינקלאדעט שיפינג.

ויהי היום, בערך א יאר צוריק האט עס אנגעהויבן צומאכן פראבלעמען, האט מען מיר געראטן עס צו פארמעטן, אבער א גוטן הארד פארמעט, וכך הוה, מ'האמיר עס געפארמעט, און וואונדער איבער וואונדער! פון 64 איז עס געווארן א 32 גיגעבייט, קודם האב איך געמיינט אז מ'וועל מיר עס שוין צוריק פיקסן, למעשה האב איך פונקט יענער צייט געליינט און בולעטן/דזשורנל געדענק עך נישט וועלעכע, פונעם באגאבענדעם שרייבער נפ. וויינ. אינעם קאלעם "זייט געווארנט!!!!!!" אז שווינדלער זענעם אויפגעקומען אז זיי קויפן זיך ביליגע לאו קעפעסי דרייווס און זיי פארמעטן עס, און זיי שרייבן ארויף אז ס'איז לאמיר זאגן 64 גיגעבייט און זיי פארקויפן עס פאר שפאט ביליג אנטקעגן אנדערע 64 גיגעבייט דרייווס און זיי מאכן שיינע אפותיקו'ס דערויף און ס'נעמט יארן אויפצוקומען אז דאס איז א שווינדל (איך וועל יעצט נישט מאריך אף זיין דערין ווייל נישט דאס איז וואס איך וויל יעצט צוקומען, ועוד חזון למועד אי"ה).

ליינענדיג דאס האב איך מיר מייאש געווען דערפון און מיט הארץ וויי אנגעהויבן צו ניצן די בלויזע 32 גיגעבייט דרייוו.

למעשה פארציילנדיג דאס פאר מיינ'ס א חבר פארגאנגענעם וואך, זאגט ער מיר אז דאס איז פשוט געווארן אנעלאוקעיטעט דעטע [אויב איך זאג עס גוט נאך] און מ'קען עס פיקסן!

אריינפאלנדיג אין א גוטע גוסטע מיט האפענונג אז דאס איז יא מעגליך, האב איך מיר געמאכט צוטריט צום אפענעם געוועב און אנגעהויבן זוכן אויף הרב קוגל א פראגרעם צו קענען עפענעם דעם אנעלאוקעיטעד דעטע, האב איך טאקע געטראפן א גוטע פראגרעם דערפאר, און ב"ה ביז מינוטן איז עס צוריק געווארן 64 גיגעבייט דרייוו! (איך טרעף נישט אויפן מוניט די פראגרעם, ווען איך וועל עס האבן וועל איך עס פרובירן ארויף צולייגן, אדער כאטש א לינק דערצי)

האבענדיג אזא גוטן פראגרעם האב איך עס אויספרובירט אויף נאך אפאר קארטלעך מיט דרייווס און געזעהן ווי אזוי דאס ארבעט, ביז.... דאן האט עס פרובירט.... איך האב בטעות עס גענוצט אויפן אייגענעם קאמפיוטער'ס דרייוו (אן ASUS LAPTOP) עפענדיג א פרישע פארטישאן (עפעס אזוי רופט די פראגרעם אן צו עפענען אזעלעכע פארציע'ס אין א דרייוו) און דורך דעם האב איך מער נישט געלאזט דעם קאמפיוטער צוקומען צו זיין פאריגע דעטע – אריינגערעכנט די סיסטעם דעטע - אינעם הארד דרייוו, ער איז געווארן פארשלאסן דערפון, ותוך כדי דיבור האט ער זיך אויסגעצויגן מיט אזא גרימאסע אויפן פנים ): שעפשענדיג דערביי זיין לעצטע וואונטש:
your pc run into an error; wait for your system to restart

און דא הייבט זיך ווידער אן מיין נייט מער, ווען איך צינד עס אן קומט ארויף אזא aptio setup utility מעניא, זוכענדיג ווידער אויפן געוועב זאגן זיי אז עס מיינט טאקע אז די קאמפיוטער קען נישט צוקומען צו זיין הארד דרייוו, אדער פיזיש אדער גייסטיש, אינעם איצטיגן פאל איז עס דער לעצטער.

וואס טוט מען יעצט? די שאלה איז צו כבולעו כך פולטו, דהיינו איך זאל אינסטאלירן דעם פראגרעם אין א צווייטן קאמפיוטער, און קאנעקטן מיין געשטארבענעם לעפטאפ דערצו און דורכן קאמפיוטער עס צוריק עפענען, איז מעגליך אזא זאך?
אויב נישט וואס יא?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:41 pm

וואס דו האסט געטון איז פארמעקט אלעס פון דיין סיסטעם דרייוו. סאו קענסט אים נישט מאכן ארבעטן דורך א צווייטער קאמפיוטער ווייל דער מאשין האט פשוט נישט ווינדאוס (און גארנישט) אויף זיך.

וואס דו (אדער א צווייטער אויב דו קענסט זיך נישט גענוג אויס) דארפסט טון איז מאכן א באאטעבעל ווינדאוס אינסטאלער און מאכן א ווינדאוס אינסטאלעישאן דערויף.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 1:51 pm

ווער זאגט?
איך האב נישט אזוי פארשטאנען אויב ער פאלגט דיך גייט ער יעצט אלעס אויסמעקען

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 2:33 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:ו (אדער א צווייטער אויב דו קענסט זיך נישט גענוג אויס) דארפסט טון איז מאכן א באאטעבעל ווינדאוס אינסטאלער און מאכן א ווינדאוס אינסטאלעישאן דערויף.


וואס איז דאס? וויאזוי מען מאכט מען דאס?

עס וועט מיר נישט וויי טוהן אז עס מעקט זיך אלעס אויס, איך האב ב"ה אלעס געסעיווט אויף א דרייוו, איך וויל פשוט זעהן דעם לעפטאפ ארבעטן

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 2:34 pm

איך ווייס נישט צו אלעס איז טאקע פארמעקט געווארן, ווייל זיי שרייבן אז בדרך כלל דארף זיך נישט אויסמעקן קיין זאכן, נאר דזשאסט אין קעיס זאל מען אלעס פאראויס סעיוון


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט