וויאזוי צו פארעכטן אייער קאמפיוטער

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

וויאזוי צו פארעכטן אייער קאמפיוטער

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 23, 2012 12:21 pm

קודם וועט מען ארומרעדן וויאזוי צו פארמיידן אלע מיני וויירוסעס און ספייווער וכדו' און דערנאך וועט מען זעהן וואס צו טון ווען מ'האט שוין א וויירוס, און וויאזוי פטור צו ווערן דערפון.

דער ערשטע זאך איז צו אינסטאלן א גוטע אנטי וויירוס, און כסדר אפדעיטן די קאמפיוטער,
מייקראסאפט גיט ארויס אפדעיטס און עס איז וויכטיג אז איר זאלט זיי אינסטאלן.


דא האט איר א ליסטע פון אומזינסטע אנטי וויירוס פראגראמס:
Ad-Aware Panda Microsoft Security Essentials Avast AVGFree Avira

פארשטייט זיך אז די באצאלטע ווערסיעס זענען אסאך בעסער, אבער דאך זענען די אומזינסטע ווערסיעס נישט אונטערשטעליג און זיי טויגן גאנץ פיין.

דא האט איר א ליסטע פון באצאלטע אנטי וויירוס:
Kaspersky BitDefender Panda Norton ESET NOD32 Avast Pro Avira Premium AVG

וואס איז א קאמפיוטער וויירוס?

א וויירוס איז קאוד וואס מאכט טוישונגען צו א קאמפיוטער אן רשות פון דער באנוצער, אפילו עס מאכט נישט קיין שאדן. די נאמען וויירוס ווערט אפטמאל בטעות גענוצט אלס א שם כללי פאר אלע סארט מעלווער (Malware),טראצדעם וואס טעכניש זענען זיי אנדערש - א וויירוס קען זיך נישט אליין פארשפרייטן, אבער א ווארעם קען יא.

באקאנטע סארט וויירוסעס

Worm:
א ווארעם איז א פראגרעם וואס פארשפרייט זיך פון זיך אליין דורך לעכער אינעם קאמפיוטער, עס מאכט קאפיעס פון זיך אויף יעדע כלי וואס ווערט אריינגעשטעקט אין קאמפיוטער, ער קלעבט זיך צו אימעילס וואס ווערן געשיקט, און סיי וועלכע וועג ער קען וועט ער זיך קאפיען און פארמערן.
געווענליך וועט א ווארעם נישט ארבעטן אליין, ער וועט איבערלאזן אדער דאונלאודן א וויירוס איבעראל וואו ער גייט.

Trojan Horse:
א טרויענע פערד איז א פראגרעם וואס זעהט אויס צו זיין אומשולדיג אדער גאר א גוטע און נוצליכע פראגרעם, און וועט אפילו מאכן אויסזעהן ווי ער טוט טאקע דאס וואס ער דארף, אבער שטילערהייט טוט ער גאר אנדערע זאכן, ער קען איבעגעבן קאנטראל פונעם קאמפיוטער צו א העקער, אויסמעקן פיילס, אדער גנב'נען אינפארמאציע.

צומאל קומען די טרויענע פערד פארשטעלט ווי וויירוס קלינערס אדער ענליכע טולס, און זיי טוען אנבאטן אומזינסטע סקענס פאר עררארס וכדו'. געדענקט! אויב איז עס צו גוט צו זיין אמת, דאן איז עס ווארשיינליך ליגענט.

[אגב, ווי קומט א פערד צום קאמפיוטער? איז אזוי, מיט הונדערטער יארן צוריק האבן די גריכן געפירט א מלחמה מיט טרוי, און זיי האבן נישט געקענט בייקומען די שטאט. נאך עטליכע יאר באלאגערן די שטאט זענען זיי אויפגעקומען מיט אן וואזשנע איינפאל, זיי האבן אויפגעבויעט פון האלץ א ריזיגן פערד און געשיקט שליחים צו די מענטשן פון טרוי, זאגענדיג אז זיי ווילן מאכן שלום מיט זיי. די טרויענע האבן אנגענומען דעם אנבאט מיט ביידע הענט און ס'איז געקומען צו א שלום, דאן האט דער פארשטייער פון די גריכן זיך אנגערופן אז אלס א צייכן פון פרידן טוט ער זיי אוועקשענקן דעם ריזיגן פערד.

מיט גרויס פאראדע האבן די מענטשן פון טרוי אריינגעברענגט דאס פערד, און עס אוועקגעשטעלט אויף א חשוב'ן פלאץ אין צענטער פון שטאט.

עס איז שא שטיל אינמיטן די נאכט, די גאנצע שטאט שלאפט, ווען פלוצלינג עפענט זיך אויף די בויך פונעם פערד און עס הייבן אן ארויסצוקומען פון דארט גאנצע מחנות סאלדאטן, איינס צוויי זענען זיי בייגעקומען די וועכטער פון די מויערן, געפענט די טויערן פון שטאט און אריינגעלאזט די גריכישע מיליטער, פארשטייט זיך אז די גריכן האבן געוואונען די מלחמה.]


Rootkit:
א Rootkit איז א סארט וויירוס וואס כאפט זיך אריין אין די MBR פונעם הארד דרייוו, (MBR איז די מעמארי פון ווי די הארד דרייוו/קאמפיוטער צינדט זיך אן) און ווי נאר די קאמפיוטער ווערט אנגעצינדן אקטיוויזירט זיך דער וויירוס און ער נעמט קאנטראל אויפן גאנצן סיסטעם. די סארט וויירוסעס זענען די שווערסטע צו טרעפן און אויסקלינען, רוב מאל דארף מען פארמעטן דעם הארד דרייוו און ריאינסטאלן דעם אפערעיטינג סיסטעם.

Logic Bombs:
דאס זענען אזעלכע וויירוסעס וואס וועקן זיך אויף געוויסע טעג אין יאר, לדוגמא עס איז דא א וויירוס ווואס וועט אויסמעקן אלע בילדער פונעם הארד דרייוו אויף א ספעציפישן דעיט (October 31).

Spyware:
דאס זענען פראגראמס וואס וועלן נאכקוקן (אן אייער רשות) וועלכע סייטס איר באזוכט און וויפיל שעה איר זיינט אנליין, אדער וועלכע סוירטש ענדזשען איר נוצט מער וכדו'. צומאל וועלן ספייווער אויך אינסטאלן אומגעבעטענע טולבארס און סאפטוועיר.

Backdoors:
א הונטערטירל איז א פראגראם וואס קען אינסטאלירט ווערן צוזאמען מיט א וויירוס אזוי אז אפילו די וויירוס ווערט אויסגעקלינט וועט דער העקער זיך לייכט קענען צוריק ארייינברעכן אינעם סיסטעם.

Macro viruses:
מעקרא וויירוסעס ווערן געשריבן אין VBA אדער אנדערע מעקרא שפראכן און ווערן אקטיוויזירט ווען די ווארד,עקסעל, אדער עקסעס פייל וואס ענטהאלט די וויירוס ווערט געפענט. די נייערע ווערסיעס פון מייקראסאפט אפיס עפענען פיילס אין א "Protected Mode" אפצוהיטן פון מעקרא וויירוסעס.

Retrovirus:
די סארט וויירוס אטאקירט די אנטי וויירוס פון די קאמפיוטער, דער וויירוס ארבעט נישט אליין ער האט געווענליך מיט זיך נאך חברים, אויב הערט אייער אנטי וויירוס אויף צו ארבעטן, איז א סימן אז עפעס טוט זיך הונטער די קוליסן און מען ברויך עס אויסטשעקן.

סימנים אז איר האט מעגליך א וויירוס

די קאמפיוטער הייבט פלוצלינג אן צו גיין שטייט
אייער מייזל רוקט זיך פון זיך אליין
די קאמפיוטער קראכט אדער פריזט אן קיין שום סיבה
פראגרעמס עפענען זיך נישט
מען קען נישט אינסטאלן נייע פראגרעמס
די אינטערנעט ווערט אפגעהאקט אדער גאר שטייט
איר קענט נישט אריינגיין צו לעגיטימע וועבסייטס
דער אויסזעהן פון די דעסקטאפ טוישט זיך פון זיך אליינס (בעקגראונד, קאליר וכדו')
איר קענט נישט עפענען געוויסע פיילס אדער פאלדערס
פיילס און פאלדערס ווערן אויסגעמעקט אן אייער וויסן
די הארד דרייוו ווערט אנגעפילט
פאלשע pop-ups אז איר האט א וויירוס און קליקט דא עס צו קלינען

וויאזוי זיך אפצוהיטן פון די אלע חברה

אויב האט איר א פילטער אדער א ווייטליסט דארפט איר זיכער מאכן אז אייערע בראוזער, אנטי וויירוס און ווינדאוס קענען זיך אפדעיטן
מאכט זיכער אז אייערע אנטי וויירוס איז אפדעיטעד (בעסער אויב עס אפדעיט זיך אויטאמאטיש, איר מעגט עס אבער טשעקן פון מאל צו מאל)
מאכט זיכער אז אייערע בראוזערס (IE קראום, פייערפאקס, אפערע...) זענען אפדעיטעד
מייקראסאפט גיט כסדר ארויס אפדעיטס פאר אפיס און ווינדאוס, און ס'איז וויכטיג אז איר זאלט זיי אינסטאלן. (אמאל נערווירט עס, יא איך ווייס)
איר זאלט קיינמאל נישט קליקן אויף אדווערטייזמענטס אנליין, נוצט א עד בלאקער ווי למשל AdBlockPlus
איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן ספעם אימעילס
נישט דאונלאודן אדער נוצן גע'גנב'טע פראגרעמס וכו'
קליקט נישט אויף פארדעכטיגטע לינקס אין אימעילס, אז פעיפעל שיקט אייך אן אימעיל, גייט צו זייער וועבסייט
הערט גוט צו, די באנק וועט אייך קיינמאל נישט שיקן אן אימעיל אז אייער אקאונט איז געהעקט געווארן, אויב באקומט איר אזא אימעיל, שיקט עס אין גארבידזש ווי שנעלער
אויב שמעקט עפעס נישט גוט מיט א לינק זאלט איר עס טעסטן ביי איינע פון די סייטס: http://www.urlvoid.com http://sitecheck.sucuri.net/scanner https://www.avg.com.au/resources/web-page-scanner http://wepawet.iseclab.org/index.php http://urlquery.net http://scanurl.net http://www.mywot.com http://www.malwareurl.com/listing-urls.php http://www.siteadvisor.com http://safeweb.norton.com http://zulu.zscaler.com http://onlinelinkscan.com

לערנט אייך אויס צו דערקענען ספעם אימעילס און phishing וועבזייטלעך.

איר קענט אויך נוצן גוגל'ס סעיפ בראוזינג טול

קאוד: וועל אויס אלע

http://safebrowsing.clients.google.com/safebrowsing/diagnostic?site=your-site-here.com

קליקט נישט אויף די אומזינסטע סקען'ס און טול עדס (אפילו אויף פארלעסליכע סייטס)
גיט אכט אויף עטעטשמענטס וואס איר באקומט אין אימעילס
אז א פייל זעהט אויס פארדעכטיגט זאלט איר עס טעסטן ביי איינע פון די אנליין פייל סקענערס:
https://www.metascan-online.com http://www.virscan.org http://www.viruschief.com https://www.virustotal.com http://virusscan.jotti.org/en http://vscan.novirusthanks.org http://www.kasperskyasia.com/scanforvirus http://onlinescan.avast.com http://vms.drweb.com/online/?lng=en
צו סקענען ענדרויד עפפס (.apk פיילס) גייט צו http://scan.netqin.com/en

אויב האט איר א פארדעכטיגטן exe. אדער apk. פייל, און איר ווילט וויסן וואס עס טוט קענט איר עס סקענען ביי http://anubis.iseclab.org
אויב האט איר א Flash ,PDF, אדער JavaScript פייל, און איר ווילט וויסן וואס עס טוט קענט איר עס סקענען ביי http://wepawet.iseclab.org
אויב האט איר א פארדעכטיגטן פייל אדער פראגראם און איר ווילט עס נוצן אדער טעסטן אויך אייער קאמפיוטער דאן נוצט Sandboxie

דאס איז פאר יעצט, ווער עס קען מאכן א שיינעם PDF דערפון פארן עולם, תבא עליו ברכה.
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום מאנטאג ינואר 14, 2013 7:09 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

מומחה עצום

חלק ב'

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 23, 2012 12:22 pm

וואס צו טון ווען איר האט שוין א וויירוס

בעצם ווענדט זיך וועלכע סארט וויירוס איר האט, און לויט דעם דארף מען ארבעטן עס אויסצוקלינען, עס איז נישט דא איין וועג וואס ארבעט, מען דארף אלעס פרובירן.

1. דיסקאנעקט פון די אינטערנעט (ווען איר דארפט נישט וויכטיג זיין אנליין)
2. סקענט די קאמפיוטער מיט א גוטע אנטי וויירוס.

צו זיין זיכער אז עס בלייבט גארנישט איבער פונעם וויירוס אינסטאלט אפאר פון די טולס אויסגערעכנט דא (איינס אויפאמאל)
Malwarebytes SuperAntiSpyware Search & Destroy TDSSKiller RougeKiller Rkill Dr.Web CureIt Comodo Cleaning Essentials Norton Power Eraser, אויך איז כדאי צו נוצן Ccleaner (ס'קלינט נישט קיין וויירוסעס, אבער עס וועט אויסמעקן אלע אומוויכטיגע פיילס און דזשאנק פונעם קאמפיוטער)

אויב די וויירוס לאזט אייך נישט אינסטאלן די פראגראם, דאן טוישט די נאמען פון די אינסטאלער פייל (נישט די עקסטענטשן)

באמערקונג: נוצט נישט Malwarebytes אין סעיף מאוד, דאס איז וואס די דעוועלאפערס זאגן:
Our DDA (Direct Disk Access) driver doesn't load in Safe Mode either, that means MBAM can't check for hidden stuff like rootkits. If you MUST scan in Safe Mode, than repeat scan in Normal mode


נאכן קלינען: פארעכטן די נאכווייען פון די וויירוס

עפענט די קאמפיוטער אין סעיף מאוד, [סעיף מאוד איז א סארט וועג אנצוצינדן דעם קאמפיוטער מיט נאר די וויכטיגע חלקים כדי ס'זאל ארבעטן, למשל די סאונד וועט נישט ארבעטן אין סעיף מאוד, ווייל ס'איז נישט וויכטיג און די קאמפיוטער קען רוהיגערהייט ארבעטן אן דעם.] דאס צו טון קענט איר נוצן דעם עפפ.

איינמאל די קאמפיוטער איז אין סעיף מאוד,נוצט דעם סיסטעם פייל טשעקער צו טשעקן די סיסטעם פיילס.
דאס צו טון, עפענט אויף א קאמענד פראמפט ווינדאו (Command Prompt - CMD),דורך דרוקן דעם סטארט קנעפל, און אריינשרייבן CMD, און דאן רייט קליקן און סעלעקטן "Run As Administrator".
בילד

אויב פרעגט די קאמפיוטער פאר רשות, קליקט "Yes"
בילד

איינמאל CMD איז אפן, טייפט אריין SFC /scannow (מאכט זיכער צו לייגן א ספעיס צווישן"SFC" און די "/"), און דאן דרוקט ענטער.
בילד

ווארטס ביז עס ענדיגט. דאס וועט טשעקן אלע סיסטעם פיילס צו זיי זענען געטוישט אדער קארופטירט געווארן, און די טול וועט עס אויטאמאטיש פארעכטן (אויף XP קען ער צומאל בעטן די ווינדאוס אינסטאלעישן דיסק, אויב ער דארף א נייע קאפיע פון א פייל).

באמערקונג: אויב די טול גייט שנעל, ד.ה. ער ענדיגט סקענען אין ווייניגער ווי א מינוט, איז דא א מעגליכקייט אז די טול אליין איז אינפעקטירט און דאן זאלט איר גיין צו א טעקנישן.

פארעכט עררארס אויפן הארד דרייוו מיט CHKDSK

CHKDSK וועט אנאליזירן די פיזישע אויסשטעל פונעם הארד דרייוו און וועט אויפזוכן עררארס און זיי פרובירן צו פארעכטן


עפענט My Computer, און סעלעקט די דרייוו וועלכע איר ווילט סקענען און קליקט Properties

בילד

קליקט די טולס טעב, און סעלעקט Check Errors Now
בילד

עס וועט זיך עפענען אזא ווינדאו, דריקט Start,
בילד

וויבאלד די לאקאל דרייוו איז אקטיוו וועט די קאמפיוטער עס נישט קענען סקענען, אבער ס'וועט עס סקענען ביים נעקסטן ריסאטארט
בילד

אזוי:
בילד

המשך יבא אי"ה - פאר אנפראגעס שיקט אין אישי
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום מאנטאג ינואר 14, 2013 7:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 23, 2012 12:43 pm

אויב בלייבט ווערטער אין מויל זיך צו באדאנקעו ווילסטו עס דא אדער אין פריוואט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 23, 2012 12:44 pm

אה זייער שיין! ענדליך לייגט שוין איינער א געהעריגע גייד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג דעצמבער 23, 2012 12:54 pm

יש"כ זייער קלאר, מיר ווארטן אויף חלק ב', א דאנק אייך פאר די מיה פון דאס אראפשרייבן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אור
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » זונטאג דעצמבער 23, 2012 1:12 pm

WOW
ישרכח

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג דעצמבער 23, 2012 1:17 pm

א גרויסן יישר כח! זייער שיין און קלאר!! מומחה עצום וועט אונז אלע מאכן פאר מומחים!
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג דעצמבער 23, 2012 1:18 pm

ווער האט זיך גע'חלומ'ט וואספארא 'לב טוב' עס ליגט באהאלטן הונטער 'מומחה עצום'?!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 23, 2012 1:34 pm

הנאה געהאט פון דעם טרויענעם פערד באדייט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג דעצמבער 23, 2012 1:47 pm

לכאורה האט געשריבן:הנאה געהאט פון דעם טרויענעם פערד באדייט.

א טראדזשען הארס האבעך שוין לאנג געוויסט וואס ס'איז' אבער א טרויענעם פערד דאס איז נייעס...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » זונטאג דעצמבער 23, 2012 1:48 pm

thefact האט געשריבן:א גרויסן יישר כח! זייער שיין און קלאר!! מומחה עצום וועט אונז אלע מאכן פאר מומחים!

גם אני מצטרף!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג דעצמבער 23, 2012 2:52 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אייער מייזל רוקט זיך פון זיך אליין

אטא דאס מאכט זיך מפעם לפעם, מיר ווארטען אויפן פארזעצאונג

און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 2:19 am

תגובהדורך און וואס נישט » זונטאג דעצמבער 23, 2012 4:07 pm

טאקע א מומחה.
שרייב אזעכע ארטיקלעך אפטער שכח.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » זונטאג דעצמבער 23, 2012 6:13 pm

יישר כח מומחה עצום!
שיין און קלאר אראפגעלייגט, מ'ווארטמיר אויפן המשך, ייש"כ.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג דעצמבער 23, 2012 7:45 pm

א גרויסן יישר כח !! מיר ווארטן שוין אויף חלק ב'

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » זונטאג דעצמבער 23, 2012 8:09 pm

שכוח, זייער קלאר אראפגעלייגט.

אויב איינער וויל וויסן, MBR מיינט Master Boot Record

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 8:50 am

גאר נוצבאר. יישר כח.

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 4:49 pm

תודה רבה!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 8:17 pm

מומחה, יישר כח!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך ינואר 02, 2013 1:54 pm

כ'ווייס נישט וואו עס צושרייבן, שרייב איך עס דא,

מיין עוועסט אנטי וויירוס טאנצט אויף אסאך מאל די לעצטע פאר טעג אז זיי האבן מיר אפגעהאלטן פון א וויירוס, מיט די פאלגענדע מעסעדזש

Infection Details
URL: http://sp.cwfservice.net/1/N/K95247DB84/...
Process: C:\Program Files\Blue Coat K9 Web Protec...
Infection: URL:Mal


וואס קען איך טון דערצו?
כ'האב געסקענט מיין קאמפיוטער און סאיז קלין,

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:24 pm

בעצם באלאנגט עס נישט דא, אבער די סייט איז א חלק פון K9 און ס'איז גארנישט, אויב ביסטו באזארגט דאן שיק מיר די log און מ'וועט עס דורכקוקן

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג ינואר 14, 2013 7:22 pm

צוגעלייגט חלב ב'

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג ינואר 14, 2013 9:01 pm

WOW האסטו אראפגעלייגט א ארבעט דא! און פשוט לשם מצוה!

דער זכות 'וועט' דיר ביישטיין!!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מאנטאג ינואר 14, 2013 9:22 pm

עס איז נישט געבליבן נאר דיר צו דאנקען.

און אזוי ווי דו האסט באמיהט און צוגעשטעלט פאר אונז די ווערק בלב טוב ובמדה רחבה,
זאל דיר דער אויברשטער באצאלען מיט מדה כנגד מדה און דיר צושטעלען אלעס וואס דו
דארפסט ברווחות וברחבות, מיט נחת און פרייד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג ינואר 15, 2013 9:07 am

אנבעליוועבל!!! אזוי שיין, קלאר און דייטליך.


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט