בלאט 1 פון 1

ביזנעס סידיס צו הערן אויפן וועג

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 1:06 pm
דורך מתמיד
קודם שלום עליכם.

איך הער אסאך תורה טעיפס אויפן וועג אין מיין קאר, ווייל איך בין א גרויסער הערער, אבער איך וויל אויך הערן "ביזנעס" טעיפס (סידיס) וואס לערנט אויס פראפעשענעל ביזנעס טיפס און עצות, וויאזוי צו דילן מיט קאסטומערס א.ד.ג.

פארשטייט זיך אז אין אידיש איז נישטא אזאנס (פארוואס טאקע?) אבער אין ענגליש קען מען טרעפן זייער אסאך אויפן אינטערנעט, די שאלה איז וועלכער איז די בעסטע, ער זאל פארלערנען זיין ביזנעס שיעור שטייט און אויף א גרינגן שפראך

איינער ווייסט עפעס? נאך איינער האט דעם רצון?

איך מיין אז עס איז בכלל אינטערסאנט צו הערן אין קאר טעיפס וואס לערענען אויס די עולם הביזנעס, אין סיי וועלכע ענין, וויייל אידישע טעיפס האבן מיר ב"ה א שפע, דארט איז מען מקיים ובלכתך בדרך ווען מען הערט, אבער נישט אייביג איז מען אין די גיסטע און דעמאלטץ קען מען מקיים זיין א צווייטע מצוה פון בזיעת אפיך תאכל לחם, דורכטון די עולם המסחר מיטן ציל צו דינען השי"ת מתוך רחבות. אזאלכע טעיפס טרעפט מען נישט ביי אונז.

יישר כח למפרע.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 1:26 pm
דורך צווענגל
זייער א וויכטיגע זאך איך דארף דאס אויך

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 2:49 pm
דורך קרעמער
אויף קול מבשר איז לעצטנס דא אינטערוויוס מיט פארשידענע ביזנעס מומחים, און ווי איך הער גייט דאס ווערן מער רעגלמעסיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 9:26 pm
דורך גראדער
איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם בוך.

מען קען עס באקומען אלץ אן אודיא בוק.

http://www.amazon.com/Unabridged-Produc ... 981&sr=8-1

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 8:48 pm
דורך גרויזאמער
רב מתמיד, נאכן זעהן דיין תגובה האט מיר אויך אנגעכאפט אזא תשוקה, עס איז אמת, אסאך מאל דארף מען א רואיגע מינוט אין קאר, נישט אייביג האט מען כח צו דברי תורה, און אפילו נישט מוזיק. איך האב היפש אריינגעקלערט, און עס האט מיר אויפגעבליצט אז הרב יונה כהן וואס געבט יעדע וואך די "עקאנאמישע אנאליז" קען ווען זיין זייער אינטערסאנט פאר דעם ענין.

איך פלעג אים הערן אויף קול מבשר, אבער סאום האו אויפן טעלעפאן קליקט ער נישט אזוי. אבער פארט רעדט ער זאכן וואס מיר אידן האבן נישט קיין דרך הישר געוואויר צו ווערן. איך בין אייביג נייגעריג געווען.

האב איך געמאכט א שטיקל סוירטש און אנגעקומען צו א בלאג ווי ער לייגט יעדע וואך ארויף זיינע דרשות אלץ עם פי טרי, איך האב נישט קיין עם פי טרי פלעיער אין קאר, האב איך עס קאנווערטעט צו א רעגולער סי די פייל.

מה נאמר מה נדבר, ער איז מתוק מדבש! איך האב שוין ביז יעצט געהערט 5 אנאליזן (איך האב אנגעהויבן פון פ' בראשית דהאי שתא), ארויפגעלייגט אויף 3 סידיס, ער רעדט בהחלט נישט בלויז פון עקאנאמיע, ער רעדט זאכן פון יסודות אין ביזנעס, יעדעס ווארט איז זיך צום באלעקן! ווען ער רעדט נאר בדרך אגב פון א זאך וועט ער עס נישט איבערלאזן בעפאר ער ערקלערט קלאר דעם ענין מיט אלע פיטשיווקעס. זיינע דרשות אויף די פיילס זענען אויך מוראדיג קלאר, און זייער רילעקסינג.

איך שפיר א חוב דיר צו באדאנקן פאר דיין אנפראגע וואס האט מיך געברענגט אז עס זאל זיך מיר עפענען אזא גרויסע קוואל פון ידיעות.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 8:51 pm
דורך גרויזאמער
אגב, אויב איז דא נאך איינער וואס האט נישט קיין עם פי טרי פלעיער, און דארף די פיילס וואס איך האב קאנווערטעד, וואס דאס דארף מען בלויז ארויפקאפיען אויף א סידי און איז גרייט צו געהערט ווערן אין קאר, קען איך עס אפלאודען דא אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 8:53 pm
דורך שעפטיל
וואסידאס, געב ארויס די אדרעסס! אז די האסט הנאה געהאט, לאמיר אלע אינאיינעם הנאה האבן...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 9:40 pm
דורך גרויזאמער
גערעכט, איך האב פארגעסן די לינק

http://yoinecohen.posterous.com/

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 9:59 pm
דורך משה קארנפעלד
ער ווערט אויך פארפאלגט...אויף טוויטער.

http://twitter.com/yoinecohen

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 5:58 pm
דורך CID
מקען יעצט הערן א לעסן פון לזער לאנדא
מקען עס לכאורה דאןלאדען איך ווייס נישט יעצט וויאזוי איך מיין מען דארף סאפטווער
http://www.snapahead.com/blog/audio/kol ... shier1.mp3