בלאט 1 פון 1

וואכנאכט פעקעדזש

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 5:06 pm
דורך וואכנאכט
שלום עליכם טייערע פריינד.

איך האף מיט'ן אייבערשטענס הילף, צו פארקויפן א וואכנאכט פעקעדזש, וואס מיט איין טעלפאון זאל אלעס זיין ביי אייער טיר.

איך זוך צו הערן די מיינוג פון מענטשן, וואס א וואכנאכט פעקעדזש דארפן ערהאלטן. ביטע לאזט הערן אייער מיינוג.

וואס איך טראכט:

3 פעטעיטע קוגלען.

2 לאקשן קוגלען.

3 ראלס געפילטע פיש. (בערך 70 סלייסעס).

250 קרי"ש ליינען פעקעלעך.

5 טעצער קעיק.

געשניטע פרוכטן. (פיינעפל, מעלאנעס, טרויבן א.ד.ג. ווענד זיך וועלכע סעזאן).

טרינקן. (סעלצער, קאלירטע סאדע).

ביר.

נאש. (פאפ קארן, מאנדלעך, ניסלעך, טשקאלאדן).

טעלערס.

גאפלעך.

גלעזלעך.

פייער האלטער און די פייער.

דאס אלעס דעליווערט פאר $650 צו אייער טיר.

נאך א קוגל $25

נאך א ראל פיש $18

איז אינקלאדעט אין דעם פעקעדזש אלעס וואס רוב מענטשן דארפן פאר א וואכנאכט?

איז די פרייז א גוטער, וואס זאל זיך לוינען פאר מענטשן דאס צונעמען?

ביטע טיילט מיט אייער עקספריענס ביי אייערע וואכנאכטס, ישר כח למפרע.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 5:09 pm
דורך אלף בית
האסט פארגעסן קושקע - מיין פעיוועריד מאכל אויף וואכנאכטס

אגב איינער האט מיר א גוטע רעסעפי פון קושקע?
נישט פאר טשולענט נאר וואס מבאקט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 5:16 pm
דורך prowed jew
די גאנצע מעלה פון קוגל ביי א וואך נאכט איז אז ס'היימיש,
ניט אזוי?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 6:30 pm
דורך געלעגער
פאר נאך אפאר דאללער שטעל צו א גוי צו צו העלפן, און אראפ פאקן,

טישן און בענק ווילסטו אויך נעמען אויף דיר?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 6:53 pm
דורך ליינער
און וואס טוט זיך אויב איינער וויל מער א בעסערע וואך נאכט?

ווי למשל סעסעמי טשיקען, פעפעיר סטעיק, פרענק און בלענקס,עגג ראללס,שלישקעס, קרויט לאקשען,

אדער ליל שישי טשולענט, קוגעל, קושקע,

אדער מוצאי שבת ספרעידס, סעלעדס, קאלד קאפי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 7:19 pm
דורך הויכער
לעצטענטס געווען ביי א וואכנאכט (גראדע נישט קיין באלבאטישע) געווען דארט א וועיטער צו טיילן קוגל און אראפ נעמען שמיציגע געצייג פונעם טיש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 7:22 pm
דורך גרויזאמער
איך וויל נאכמאל דערמאנען: צו א וואך נאכט אן קיין מארשמעלאו קום איך נישט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 7:46 pm
דורך שטרויזאק
גרויזאמער האט געשריבן:איך וויל נאכמאל דערמאנען: צו א וואך נאכט אן קיין מארשמעלאו קום איך נישט!

וואס טוט זיך מיט א מארשמעלאו אן א וואך נאכט? קומסטע?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 7:08 pm
דורך פוילישער
די פרייז פון $650 קוקט אויס צו זיין א גוטער.

גרויזאמער האט ליב מארשמעלאו... אבער ביי אונז אין פוילין גלייכט מען צו עסן זאפטיגע געשניטענע פרוכט ביי א וואך נאכט, וואס העלפט צו פארדייען דעם נאכטמאל.