אידישע ביזנעס איידיעס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 21, 2009 6:59 am
ווי מען גייט און ווי מען שטייט, אלעס קרעכצעט אונטער 'די עקאנעמי'.. צו איז עס אין גראסערי ווי דער קעשיר מורמלט זיך אונטער 'היינט, קאסט איבעראל טייערער'.. אדער אין ביהמ"ד ווען מען זעט איינעם נאך צענע 'זאג, די האסט שוין אויך נישט קיין דזשאב'..?
פון די אנדערע זייט זעהט מען אבער יא עטליכע אידן וועלכע טענה'ן אין הדבר תלוי אלא בי. מען דארף זיין גרייט אביסל צו שוויצן פארן דאלער, ווי לויטעט דאס שפרעכווארט? 'מען דארף זיך אראפבייגן אויף צו הייבן ס'געלט'. דעריבער געפעלט מיר זייער שטארק ווען איך זעה אמאל א אדוועטייזמענט פון א נייע ביזנעס איידיע, אינטערסאנטע חידושים אין דעם עולם הביזנעס, ווי א איד טרעפט זיך אלץ א עצה צו מאכן א גרינגן (?) טאלער, דעריבער האב איך געקלערט ביי מיר צו עפענען אזא סארט אשכול אויסצולופטערן די אלע סארט ביזנעס געדאנקען וואס ברעכן אויס ביים היימישן עולם.
צום ערשט וועל איך פאר אייך פארליינען פון מיין פאסט קעסטל, וזה היא:
"דארפט איר מער צייט אין טאג?
דארפט איר איינקויפן, באצאהלן, אפווארטן, וכדומה, אבער איר קומט נישט אן דערצו?
זוכט איר א שליח, א רעכטע האנט, וואס זאל ערלעדיגן אייערע זאכן?
א שטאב פון געטרייע אינגעלייט וועלן עס טוהן פאר אייך!
רופט אריין און מיר וועלן אי"ה פראבירן צו צושטעלן פאר אייך די ריכטיגע הילף!
Tell 347-788-1JOB (1562)
noDaagah@gmail.com
סעמפל פון אונזער סערוויס
Any help you may need with errands during this busy time
Appointment Scheduling
Bank deposits
Bill payment service
Car rental—let us find the best vehicle for you
Elder visit -Just a Friendly visit
Exchanges/returns
Extra Pair of Hands at Home Or Office
Find a replacement part on a appliance
Hard to find items, antiques, or gifts
Help with big projects or mailings
House Sitting
Key Holding
Last minute presents. Buy, wrap, and deliver
Lunch deliveries
Online Research
Personal Assisting
Personal Shopping
Phone calls
Pick-ups & deliveries
Post office/Fed Ex/UPS packing, shipping, pick-up
Reminder services and wake-up calls
Repairman Waiting Service
Research and refer services based on your needs
Service Professionals Research & Scheduling
Shop for discount prices
To Do Lists
Vehicles for repairs/maintenance
Wait in line
Wait Service-At Your Home for Phone service, Package Delivery, etc
While You Are Away Services
גוטע געלעגנהייט
אויב זענט איר אינטרעסירט צו ארבעטן טעמפארערי ארבעט (נישט בקביעות)
באצאהלט אויף די שעה - טאג - וואך - אדער ארבעט".
עכ"ל.
שאנסן, ווי אזוי אזא פראיעקט קען מצליח זיין, לאז איך פארן זן ומפרנס לכל, עס ליגט עניוועי אין זיינע הענט. אבער די איידיע איז מיר געפאלן...
לעצטע טעג דרייט זיך א עד אין די טעגליכע אדוועטייזמענט בלעטלעך ווי פאלגענד: "זוכט איר א פאסיגן קאנדיטאט צו לערנען פריוואט מיט אייער זון/בחור? דאן רופט "דער נאמבער", 718-874-0201. "דער נאמבער" האט א ליסטע פון אלע פאטענציעלע קאנדידאטן וואס קענען איך זיין בייהילפיג".
ווידער איז עס מיר געפאלן, אן איידיע פון צאמנעמען אלע נאמבערס פון די וואס זוכן אינגעלייט צו לערנען מיט קינדער, צו פאקערט. אזוי מאכט ער א מינימאלן בראוקעדזש פי.
אזוי איז דא לעצטנס פארשידענע אינטערסאנטע איידיעס ווי אזוי מענטשן ווילן מאכן געלט אין אנפייפן די אמעריקאנע עקאנאמיסטן וועלכע שרייע "רעסעסיע".
ב"ה, לא אלמן ישראל, א איד גיט זיך אלץ אן עצה.