בלאט 1 פון 1

Budget and Forecast in Quickbooks

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 12:36 pm
דורך שמיי_דריי
פאר די וואס ווייסן, עס איז דא אזא זאך ווי בודטשעט און פארקעסט אין קוויקבוקס, וואס מיין שאלה איז יעצט וואס איז די חילוק צווישן די צוויי זאכן??? יעצט איינמאל איך האב עס שוין אויפגעסעט וואס בעלפט מיר עס??? וואס קען איך טוהן??? קען איך עס קאמפערן מיט עפעס???

שטרויזאק, אביאידיש, ועוד... יעדער איז מכובד צו ענטפערן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 21, 2009 2:33 pm
דורך bobke

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 21, 2009 5:34 pm
דורך שמיי_דריי
גרויסע דאנקע איך פאר די לינק.

שטרויזאק, דו ביסט ממש א צדיק "נסתר"... איך ווייס אפילו נישט ווער דו ביסט און דו העלפסט מיר אזוי פיל.

איך ווייס סייווי אז עס איז נישט מעגליך זיך פאר דיר צו באדאנקן אבער פטור בלא כלום אי אפשר...

א גרויסן יש"כ פאר דיין הילף ביז אהער און אויף די הילף וואס דו וועסט מיר נאר אי"ה ווייטער העלפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 11:01 pm
דורך שטרויזאק
איך בין נישט אין די גיסטע פון טייפן (איך בין נישט קיין פראפעסיאנעל טייפער, נאר ווי מ'זאגט פיק ענד פעק...) וועלעך שרייבן בקיצור און ווער עס פארשטייט נישט זאל ביטע איבערפרעגן.

א פארקעסט מיינט וויפיל איך קוק פאראויס אז עס גייט זיין די קומענדיגע יאר/חודש וכו' די אינקאם/עקפענסעס.

א באדזשעט דארף א יעדע ביזנעס מאכן צו וויסן א חשבון וואו מען האלט אויף דער וועלט.
    וויפיל געלט מעג איך אויסגעבן אויף די עד קאמפיין?
    קען איך מיך ערלויבן נאך אן ארבעטער/גרעסערע אפיס?
    האב איך שוין פארקויפט וויפיל איך דארף דעם חודש? אדער מוז איך פאשן נאך סעילס?
    אא"וו
וועגן דעם מוז א קאמפעני האבן א באדזשעט - א חשבון וויפיל אינקאם/עקספענסעס עס דארף זיין די קומענדיגע יאר/חודש וכו' און דאס דארף מחייב זיין למעשה.

אין שארט, ביידע זענען בערך די זעלבע נאר א פארקעסט זאגט וואס איך האלט אז עס גייט געשען, און א באדזשעט זאגט וואס עס דארף געשען.
קודם מאכט מען א פארקעסט וואו מען שאצט וויפיל סעילס עס גייט זיין, וויפיל עקספענסעס עס גייט זיין, צומאל מאכט מען עטליכע פארקעסטס, טאמער גיי איך אויפנעמען נאך ארבעטערס/ אן עד קאמפיין/א גרעסערע לאקאל וויאזוי גייט דאס אויסקלאפן אויף די עקספענסעס? און אויף די סעילס?
און נאכדעם שטעלט מען צוזאם די פארשידענע שאצונגען (פארקעסטס) אין אן ענדגילטיגן באדזשעט.
ביידע טוט מען פארגלייכן מיט אקטועל וואס עס געשעט באמת.

איינמאל מען האט עס אויפגעסעט קען מען ראנען רעפארטס אין ק"ב צו קאמפערן באדזשעט/פארקעסט ווערסאס אקטועל.