בלאט 1 פון 1
CRAIGLIST
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 10:54 am
דורך ברוך
אזוי ווי מען איז דא ביי די ביזנעס אפטיילונג, און איך שטעל מיך פאר אז עס זענען נאך מענטשן וואס טוען די זעלבע ווי מיר, דהיינו מען פאררענט אפארטמענטס ביי די גוישע געגענטער, און ווי באוויסט איז איינע פון די בעסטע פלעצער צו עדווערטייזן קרעיגסליסט (איך ווייס אז איז באקאנט פאר אומאיידעלע זאכן, אבער נישט פאר דעם נוצן עס אידישע קינדער)
איז אזוי, וואלט ווען געווען אפשר דא גוטע פלאץ אויסצושמוען, וויאזוי מען קען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן. עס איז דא אסאך דוגמות וואס איך פשוט נישט יעצט די צייט אויסצושמועסן, ועוד חזון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 11:47 am
דורך גרויזאמער
ס'איז דא אזויפיל מעשיות וויאזוי מענטשן זענען דורכגעפאלן דארט, מען דארף זיכער וויסן טיפס וואו איין וואו אויס - די גרעסטע ספעמערס דרייען זיך אויף קרעיגסליסט, אוודאי זענען דא מער "נישט" ספעמערס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 08, 2009 3:09 pm
דורך הויכער
עס איז גראדע אינטרעסאנט אז איך בין געווען יארן אין די ליין פון ארויסרענטן פאר גוים און מיר איז קיינמאל נישט איינגעפאלן צו נוצן קרעיגסליסט,
אבער וועגן ספעמערס איז לכאורה נישט דא וואס מורא צו האבן ווען די גיבסט ארויס אפארטמענטס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 9:01 pm
דורך יוד איינער
ווייסט איינער איבער די וועגן און אומוועגן , און וויאזוי געוואיר צו ווערן אויף אן עד צו עס מאכט סענס, צו איינער מאכט סתם דאס גענאר?
למשל :
א האנדא עקארד 2004 פאר בלויז $4000קען דאס זיין ? און ער זאגט אז ער פארקויפט דאס דורך איבעי, וואס טייטשט דאס ?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 12:31 pm
דורך לוסטיג
שוין רימאווד, זעהט אויס אז סאיז געווען פון די נישט גוטע..
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 12:35 pm
דורך יוד איינער
יא אזוי געפיגורט , אבער וואס פשט דערפון ? אזוי כאפט מען נעבעך נפשות ?
ער האט פארקויפט א בלאף אז ער איז אין די יו קעי זייענדיג אין יונייטעד סטעיטס מיליטערי, און ער איז דארט סטאנציאנירט און א אמעריקאנע באזע, און ער האט שוועריקקייטן צו רעגיסטרירן דארט די אויטא מילא פארקויפט ער עס פאר ביליג, און שיפינג קאסט נישט ווייל ער האט אלס א מיליטער מאן די פריוויליגיע צו שיקן מיט עני קארגא שיף, ממש טיטשקע באבעלעך, און נישט געפלויגענע פויגל..
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 1:33 pm
דורך ברוך
האלא האלא, בארואיג דיך!
געמיינט האביך אז איינער האט עפעס צוגעשטעלט איבער די דירות פארמיטלונג (CRAIGSLIST בלע"ז)
דערווייל רעדט מען פון אלעס ארום, אחוץ וואס איך וויל הערן....
נא? אפשר איינער?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 12:54 am
דורך לוסטיג
יא, אזוי ווי די זאגסט, א באנדע גנבים!! אין ס'שטייט אויפן הויפט בלאט פון קרעיגסליסט אז מטאר נישט טראסטען זאגן פון אווער סי.
אבער אדערווייס(נישט די ניק..כמיין די נאמען..) קען מען זייער גוט און ביליג שאפען. איך וואלט דאס פארגלאכט צו איבעי.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 1:31 pm
דורך לובלין
אזוי איך בין ברוך'ס קאמפעטישאן האב איך אסאך געפאסט אויף קרעיגסליסט און נישט אלץ אויסגעפאלגט אלע אנווייזונגען און באדינגונגען-שיין דערעדט.
לעצטענס האב איך באמערקט אז זיי לייגן מיר נישט ארויף אלע מיינע פאסטס, נאר ארום בערך 4 פון 10 פאסטס ווערט למעשה ארויפגעשטעלט.
עני עדווייס וואס איך קען טון?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 10:48 am
דורך לאז געמאכט
די בעסטע אייצע איז צו פאלגן די אנווייזונג'ן...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 3:05 pm
דורך לובלין
קען איינער פאוסטען אויף קרעיגסליסט?
ביי מיר גייט עס נישט, איז עס נאר מיר?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 3:09 pm
דורך לובלין
שכח פאר אלע מגיבים....
סהאט זיך שוין אויפגעוועקט