בלאט 1 פון 1

ארויסגעבן א קעטעלאג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 12:08 am
דורך שוועמל
איך וויל ארויסגעבן א שטיקל קעטעלאג מיט א פאר צענדליג גייענדיגע אייטעמס.

איך האב געזוכט אביסל איך זע ס'יז דא אסאך. ווי דער דרך ביי אזוינע פעלער ווערט מען גוט אפגעריפט די ערשטע מאל.

ווער האט עקספיריענס מיט דעם און איז וויליג מיטטיילן?
ווער קען עס שיין אויסשטעלן.
ווער שרייבט די "קעטשי" דעסקריפשאנס.
וואסערע פאפיר נוצט מען.
וואו\ווער דרוקט מען דאס.
וכו' וכו'.

ולמצוה יחשב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 6:00 am
דורך reb yid
כהאב דיר געשיקט א מעיל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 9:05 am
דורך שוועמל
א דאנק אבער איך זע נישט גארנישט אין די מעיל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 08, 2009 3:03 pm
דורך הויכער
לאמיר אלע זעהן די מעיל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 11:26 am
דורך יוסלמאן
רעבע שוועמל אלס איינער וואס האט שוין ארויסגעגעבו קאטעלאגן און בראשורן קען כ'דיר זאגן אז די סאמע ערשטע זאך איז: נעמט אייך אין קאפ אריין אז קיינער וויל אייך נישט אפריפן, יעדער וויל מאכן א דאלער אזוי ווי איר ווילט און ער וועט פורבירן ס'בעסטע. דער גרעפיקער/פרינטער וויל איר זאלט זיין צופרידן ווייל ער וויל מאכן געלד. סאו נארמאל וועט ער זעהן אז ביידע זאלן זיין צופרידן.

נאר וואסזשע דען? ווער און ווען רייסט יא אפ? זייער פשוט, ווען איר זאגט אז איר גייט אים געבן די בילדער מיטוואך און איר דערמאנט יך צוויי וואכן שפעטער און איר אנטשולדיגט זיך אז איר זענט שפעט, כ'בין דאך דער קאסטאמער?!, דאן הייבט זיך אן די שווערע געפילן און די ארבייט ווערט מיט א שיינע ביסל לענגער און שווערער, סאו פורבירט דער סוחר אפצומאכן דעם דאלער דורך אפרייסן.

פעיפער וואלט געווען די בעסטע אכטציג סטאק פארן קאווער און אכטציג טעקסט פאר אינעווייניג. וואו אויך איז כדאי צו ניצן מאט פאפיא, גלאסי איז אביסל נישט.

פאר גרעפיקס זענען ב"ה דא אסאך היימישע אינגעלייט וואס טויגן און וועלן מאכן א שיינעם אויסשטעל. (פריוואט קען כ'אייך געבן נעמן). ס'בעסטע איז ווען מ'ווייס וואס מ'וויל און מ'מאכט א שטיקעל דרעפט פלעין אויף ווארד וואס מ'וויל. וואו אויך ווען איר באקומט די ערשטע דרעפט זאלט איר גלייך ריספאנדען דערצו און ס'בעסטע איז ווען מ'גייט אליין אראפ צום גראפיקער און מ'צייגט אים וואס מ'וויל. כ'האב אמאל געהאט א צוויי שעהדיגע שמועס מיטן גראפיקער און אלעס מסביר געווען און ס'האט געהאלפן א הויקער, בין כ'געווען אויף א חתונה אין שטאט און כ'בין אריין צו אים און א 15מינוט איז אלעס געעוען אין ארדענונג. סאו ס'לוינט די צייט פאר א גוטע ארבייט.

דרוקן זאלט איר עס אויסדרוקל"ך ביי א גוטער פרינטער, קארגט נישט אויפ'ן פרייז, ס'לוינט צו האבן א שיינעם פרינטינג דזשאב.

פאר א גוטע שרייבער זאלט איר נעמן שוועמל פון אידישע וועלט... אויב ברויכט איר אינגליש דארפט איר שוין גוט זוכן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 12:59 pm
דורך אונגארישער
שוועמי טייערער די זיכסט אזא סארט ווי למשל טויס 4 יו ? אדער עפעס ריכטיג

די גייסט עס מעילן ?

ווער זענען דיינע טארגעטס ?

אקעי כבלייב דא שטיין

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 1:11 pm
דורך שוועמל
איך וויל מאכן אזא 20 פעיזש קעטעלאג, אנהייבן מיט ארום 10000 קאפיס.
איך וויל עס מעילן פארשטייט זיך פאר מיינע קאסטומערס ועוד. (כ'אב נאכנישט קיין 10000 קאסטומערס)