בלאט 1 פון 1

א יודישע דעי פלעננער ווער ווייסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 5:17 pm
דורך שטארק זיך
האט איינער א תירוץ?

איך זיך שוין א לענגערע צייט צו געפונען א אידיש\לשון הקודש'דיגע דעי פלעננער DAY PLANNER, כ'בין ארום געלאפן אין געשעפטן און אלע היימישע געגנטער, אבער, והילד אינני. נאדא נישטא.
אלס איינער וועמענס ארבעט איז תלוי אינעם יודישן קאלענדער זייער שטארק (יעדער שומר שבת איז אין דעם תלוי אבער מיין ביזנעס נאכמער), פעלט עס מיר וויכטיג אויס.
אקיצור אויב ווייסט איינער פון א יודישען דעי פלעננער, ביטע שרייבט דאס אריין אינעם היזיגן אשכול, מעגליך אנדערע וועלן אויך הנאה האבן.
א גרויס יישר כח.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 5:56 pm
דורך bobke

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 6:02 pm
דורך שטארק זיך
יישר כח, מר בוקס, כ'האב געטראפן אייסנ דארט וואס קוקט אויס צו זיין וואס איך זוך.
איינער ווייסט פון נאך. (כ'וויל אן אויסוואל)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 6:19 pm
דורך לאז געמאכט
איך האב געזען א איד פון ארץ ישראל האט גאר א שיינע פראקטישע יומ'ן, וויפיל איך ווייס איז עס נישטא דא צום האבן, פילייכט איז נישט דא קיין פארלאנג דערויף.

אויב די האסט באקאנטע אין א"י בעט זיי, ז'זאלן דיר שיקן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 10:41 pm
דורך שטארק זיך
כ'האב שוין אמאל געבעטן איינעם האטער מיר צוריקגעברענגט עפעס א נישט פראקטיש שטיקן, עפעס געמאכט פאר הויך שולע סטודענטן...
אז ס'וועט אויסקומען וועליך טרייען נאכאמאל.
שעהנעם דאנק.