בלאט 1 פון 1
א ביזנעס ווי מען קען מאכן גרויס געלט
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 10:50 am
דורך גרוש
א גרויסע קאמפעני וואס איז שוין אפען 37 יאר און האלט זיך יעצט אינמיטן עקסטענדען האט יעצט אסאך JOBS עוועילעבל פאר אינגעלייט, עס איז שוין דא עטליכע אינגעלייט וואס מאכן גרויסגעלט, איר קענט רופן 347-637-4835, פאר מער אינפארמעישאן קען איר קוקן די וועב סייט
http://www.greatworkplan.com/100k
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 11:04 am
דורך גרויזאמער
א הויז אין פענסעלוועניע דריי בלאקס גרויס שטייט יעצט גרייט פאר אינגעלייט בני תורה וואס זוכן וואו צו אינוועסטירן זייער געלט, ביז 2 חדשים מופן אריין די טענענטס, און מען קען זען ביז 60,000 דאלער א חודש. עס איז קלייניגקייטן, רווחים גאראנטירט אויף 100 פראצענט. (מיר שלאגן דאס נישט פאר פאר גרויסע ביזנעסלייט, ווייל מיר ארבעטן לשם שמים, וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור וכו')
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 12:04 pm
דורך קרעמער
א קרעטשמע וואס סארווירט שוין וויינען און אנדערע שארפע משקאות א שיינע פאר יאר, מיט א קליענטאל פון עטליכע טויזנט ניקס, גרייט צו סערווירן נאך לאנגע יארן פאר נאך הונדערטער ניקס פריי פון אפצאל. גוטע פאטענטשל. להלכה ולא למעשה. כל הקודם בוידעם.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 2:33 pm
דורך לאז געמאכט
אפשר מיינט עס דער גרוש (די ניק) ערענסט... וואס טרייבט איר שפאס?
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 05, 2009 8:42 pm
דורך קרעמער
ווייל מיר ווילן נישט אז מענטשן זאלן צו ערנסט אננעמען אזעלכע פארשלאגעס.
ווי מען זאגט אויף ענגליש: נעמט עס מיט א ברעקעלע זאלץ.
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 05, 2009 9:12 pm
דורך שטארק זיך
נייע ביזנעס מ'קען מאכן עפרות זהב.
א נייע פראדוקט מיטען נאמען 'מאלי-גאודשזי בעררי' (פארשענערט פון 'מעלה-גירה'), גאר שיין פרנסה פאר א 'סינגל' וואן פעמילי האוס.
נאר ערענסט פאראינטרעסירטע זאלן רופען.
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 05, 2009 10:22 pm
דורך זיס
די ברוקלין בריק, גרייט צו פארקויפן פאר איין טויזנטער, כל הקודם זכה.
ערנסט פאראינטערסירטע:
206.424.1989
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 05, 2009 10:28 pm
דורך גרוש
איך פארשטיי פארוואס די עולם האט יך גענומען צו מאכן ליצנות, איך מיין עס גאר ערענסט אסאך אינגעלייט מאכן דערפון גרויס געלט, האט איינער שוין פרובירט צו רופן די נומער?
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 05, 2009 10:56 pm
דורך צום זאך
פארוואס געט איר נישט מער דיטעילס?
רופן אזא נומער איז גארנישט אזוי פשוט.. מ'דארף זיין גענוג שטארק נישט אריינגעדרייט צו ווערן אין צווייפלהאפטיגע אינוועסטמענטס וואס דער אויפן טרייבל וועט זיכער אראפ לייגן ווי א גאלדענע געשעפט מיט פארזיכערטע רווחים בלא בלא..
ווייל אז נישט, וועט אייך יענער מיטן געשליפן צינגל תיקף אריינכאפן און ער וועט זיכער ארויסגיין מיטן ריוח וד"ל..
און אפילו איר וועט יא זיין גענוג שטארק ביי זיך, נישט צו ווערן איינגערעדט פון אומרעאליסטישע חשבונות, וועט אייך זיין שווער צו ענדיגן דעם שמועס מיט יענעם, ער וועט אייך פרובירן מיט אלע כוחות מסביר זיין אז ס'איז א איינמאליגע געלגנהייט וואס איר טארט נישט פארפאסן וכו' וכו'..
דעריבער בעט איך אייך: שעמט אייך נישט! שרייבט ארויס קלאר און דייטליך פון וואס די רעדע איז, און אויב מעגליך שרייבט די קליינע ווערטער (פיין-פרינט בלע"ז) מיט "קידוש החמה" אותיות, וירא הקהל וישפוט!
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 12:42 am
דורך וויכטיג מאכער
צום זאך, איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט..
ער זאגט אז ס'איז דא א סטאק קאמפאני וואס האט "אופענונג'ס" פאר יונגעלייט, דאס מיינט דזשאב'ס..
איך זאג נישט אז ס'איז טאקע א גוטע דזשאב, ווארשיינליך רעד ער פון א סטאק בראוקער דזשאב, אבער ער רעדט נישט פון דעם אז דו זאלסט אינוועסטן דיין געלט.. ער רעדט פון די חלק הפרנסה, די דזשאב..
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 1:06 am
דורך צום זאך
ייש"כ פארן אויפמערקן, כ'האב טאקע נישט געכאפט אז ער מיינט דאס.
איך צי אבער נישט צוריק פון מיין ביטע, כדי איינער זאל זיך וועלן ארויסלאזן פארקויפען סטאקס פאר די פירמע, מוז ער זיך קודם איבערצוצייגן אז ס'לוינט זיך צו אינוועסטן אין די פירמע, ווייל אנדערש וועט דאך קיינער נישט קויפן.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 9:39 am
דורך גרוש
איך האב מיר גענומען די מיה און גערופען , עס קוקט אויס זייער גוט, קאלן קאסט נישט קיין געלט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 9:47 am
דורך farshlufen
ר' גראשן, זאגט מיר דעם אמת ביטע, אויף וואס איז דא גרעסערע שאנסן:
צו דערלייגן גרויס געלט, אדער צו מאכן גרויס געלט?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 9:51 am
דורך גרוש
דו קענסט אים רופן, אז עס געפעלט דיר נישט מוזט עס נישט נעמען, וואס קענסטו דערלייגן פון רופן?