קודם כל, שלום עליכם ר' האנדל! איר זענט אפשר א קרוב מיט ר' "האנדל ערליך" פין די שפיל? יהא בואכם לברכה!
לעצם השאלה, די שאלה באלאנגט באמת
דא, נאר אז איר האט שוין געפרעגט דא, עמיר ענטפערן, און מ'וועט בעטן די מנהלים אריבערצופירן דערנאך.
סתם אלס א כלל איז אלעמאל גוט צו געדענקן אז freight אין א קאמפאני האט צוויי דירעקציעס, "אינבאונד פרעיט" פינעם סופלייער צו אייך, און "אוטבאונד פרעיט" פין אייך צום קאסטומער.
יעצט, דער מונדליכער אפטייטש פין קאסט אוו גודס איז: די הוצאות וואס עס "קאסט" פאר א קאמפאני צו זען "גודס", דהיינו פארקויפנ'ס גרייטע פראדוקטן, גרייט צו ווערן "סאלד", דאס. רעכנט אריין אלעס וואס עס קאסט פאר א קאמפאני צו זען דעם פראדוקט פינעם סופלייער ארויף אויפ'ן שעלף אלס אן אינווענטאריד אייטעם גרייט צו פארקויפן, (אריינגערעכנט רוי מאטריאל פין וואס מ'מאכט דעם ענד פראדוקט, אבער מיט'ן אויסנאם פין אומדירעקטע הוצאות, וואס רעכנט אריין אלע אנדערע קאמפאני הוצאות, ווי אווערהעד וכדו'), און דעריבער יא! אינבאונד פרעיט - וואס איז א שטאפל אינעם פראצעדור, פין אנכאפן דעם אייטעם און ארויפברענגן אויפן שעלף אין אייער קאמפאני וועירהאוז גרייט צו פארקויפן - איז קאסט אוו גודס סאלד!
ווי אויך איז פארשטענדליך פארקערט, אז "אוטבאונד פרעיט" צו שיקן דעם אייטעם צום קאסטומער וואס איז שוין נאר א זייטיגע הוצאה צו זען דעם פראדוקט אנקומען צום ענד יוזער, אבער נישט צו מאכן דעם פראדוקט פאר א פראדוקט צום פארקויפן, ווערט פאררעכנט ווי א פשוט'ע ביזנעס/אפערעישאן עקספענס, אזא סארט סערוויס פאר'ן קאסטומער אזוי צו זאגן, און כאטש געוויסע אינדעווידואל'ן לייגן יא אריין די אוטגאינג שיפפינג אין קאסט אוו גודס, איז דאס פארט ביסוד נישט ריכטיג. ווענגלייך האט עס א שטיקל פשט , איז אבער דער ריכטיגער וועג עס צו לייגן אלס שיפפינג עקספענס. יעדנפאלס, ס'מאכט געווענליך נישט קיין גרויסער חילוק סוף יאר, אזוי לאנג, מ'לייגט עס אריין אלס א באזונדערע cogs אקאונט, וואס זאל הייסן freight cogs, אזוי אז דער אקאונטענט זאל זיך קענען שפילן דערמיט באזונדער.
פארשטייט זיך אז אויב האט איר אן אקאונטענט, איז אלעמאל ריכטיג און וויכטיג אים צו פרעגן, וואס ער האלט, אפגעזען וויאזוי "מ'קען" עס אלס אריינלייגן, איז אבער אסאך מאל דא וואס פאר אייער קאמפאני אדער געברויכן צפעציפיש, לוינט זיך אדער איז אפי' וויכטיג צו קעטעגארייזן זאכן אביסל אנדערש ווי די דזשענערעל רול.
דאס איז די דזשענערעל קאנסעפט, אויב עפעס איז נישט קלאר, פרעג איבער, איך אדער אנדערע דא וועלן אייך אי"ה גערן ענטפערן.
הצלחה רבה!
_______
היות ס'שיינט אז איר זענט נאך פריש סיי דא אויפ'ן וועלט'ל און סיי אין בוך-האלטעריי, קוואוט איך אייך דא א נוצבארע דיסקלעימער וואס איך האב געשריבן אין א פריערדיגע תגובה אין דעם אשכול:
אַבּערוואַס האט געשריבן:..ואגב, מכאן הקריאה יוצאת, די אלע זאכן וואס קערן זיך אן צו דעם טעקס סיסטעם איז נישט כדאי זיך צו שפילן אליינס, בפרט אויף דברים התלויים בשערה. די אשכול איז גוט פאר אינפארמאציע פורפוסעס אנלי! ווען ס'באמת נוגע איינעם בפרט א לעגאלע אדער מעדיצינישע נושא זאל מען אלעמאל פרעגן ביי א לייסענסד פראפעשאנעל אין יענעם תחום אין אונזער פאל אן אקאונטענט..
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...