בלאט 1 פון 1

פירן א ביזנעס דורך פעיפאל

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 7:22 pm
דורך גרויזאמער
ווען מען סיינט זיך אויף ביי פעיפאל צו אננעמען פעימענטס דורך זיי פארלאנגן זיי די ערשטע זאך א פולע אידענטיפיקאציע, און אלע אינפארמאציע פון די קארפערעישאן און די באנק אקאונט.

מיין שאלה איז וויאזוי דאס ארבעט לעגאל נאכדעם, לאמיר זאגן אז איך גיי קאלעקטען פון קאסטומערס 200 טויזנט דאלער א יאר דורך פעיפאל (השגות...), און איך באשלוס דאס נישט צו טרענספערן אין ערגעץ נישט, איך לאז עס ליגן אין די "פעיפאל אקאונט", גייט די איי. אר. עס. בכלל וויסן פון די געלט (פעיפאל געט זיי דען אלע זייערע רעקארדס?)? מוז איך לעגאל צאלן שטייערן דערויף?

און אויב גייען זיי נישט וויסן, קען מען דאך בעצם אנפירן א גאנצע ביזנעס אונטער זייער נאז, ווען איך טרענספער געלט ארויס פון פעיפאל צו אנדערע באנק אקאונטס, אבער מיין קארפערעישענס באנק אקאונט באקומט נישט קיין פעני דערפון.

מיין שאלה איז וויאזוי פעיפאל מיט לעגאליטעט קומען זיך במציאות צוזאם.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 9:04 pm
דורך יהיה כן
אן אלטע קשיא וואס כ'האב שוין אויך פון לאנג געוואלט וויסן, נאר כ'האב מורא געהאט צי פרעגן.

לויט ווי איך האב געהאט ציטון מיט פעיפעל בינעך געוואויר געווארן אז זיי ארבעטן מיט GE Money Bank דהיינו די הוצאות דורך פעיפעל גייט דורך זיי (די לאוען הלואה אויף קרעדיט), אבער די הכנסות האט מיט זיי קיין שייכות, (דהיינו אויב ביזטו שולדיג געלט פאר פעיפעל, וועט עס זיך נישט אויטאמאטיש אראפ רעכענען אויב וועסט מאכן געלט נאכדעם דורך פעיפעל, נאר אויב וועסט עס דירעקט ווייערן צי זיי).

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 9:15 pm
דורך גרויזאמער
די ערשטע פאראגראף האט מיך זייער דערפרייט, אבער דאס צווייטע פארשטיי איך בכלל נישט, וואס מיינסטו צו זאגן אז מען איז שולדיג געלט פאר פעיפאל? און וויאזוי פארענטפערט דאס מיין קשיא?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 9:28 pm
דורך יהיה כן
מען איז שולדיג געלט פאר פעיפעל, מיין איך צי זאגן,א שטייגער ווען דו האסט גענוצט זייער קרעדיט דורך זיי, PayPal Buyer Credit וועלן זיי דיר שיקן א ביל, אפילו דו האסט געמאכט געלט און עס ליגט אין דיין פעיפעל אקאונט, וועט עס נישט אויטאמאטיש אראפגערעכנט ווערן (פון דיין פעיפעל הכנסה) צי צאלן דיין פעיפעל קרעדיט ביל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 12:16 pm
דורך גרויזאמער
איך קוק זיך אביסל אום אויפן אינטערנעט זעה איך אז דער נושא ווערט שוין אויסגעשמועסט, יעצט האלט איך אינמיטן זעהן ביי וויקיפידיע, און ביי פעיפאל בלאג.

איך וואלט זיך זייער געפרייט צו הערן פון איינעם וואס פירט א ביזנעס דארט וויאזוי עס גייט מיט אקאונטינג. קיינער ווייסט נישט דא?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 1:00 pm
דורך והוא פלאי
קוק דא
https://www.thepaypalblog.com/2008/08/p ... become-law
דאס איז אויפן עתיד
און אויפן הוה קוק דא
http://docs.justia.com/cases/federal/di ... 7/23/0.pdf
ולידיעתך א באנק מוז אויך נישט מעלדען יעדע קליינע טראנסאקציע

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 8:02 am
דורך thefact
והוא פלאי

אפשר געט איר אונז א קיצור וואס דארט שטייט אין די צוויי לינקס?

נאר ווען איר האט א מינוט ביטע

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 1:52 pm
דורך יהיה כן
שכוח גדול, הרב פלאי
מצוה לפרסם
שטעל אריין די לינקס אין די 'איבעי וכל המסתעף' אשכול

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 2:12 pm
דורך והוא פלאי
thefact האט געשריבן:והוא פלאי

אפשר געט איר אונז א קיצור וואס דארט שטייט אין די צוויי לינקס?

נאר ווען איר האט א מינוט ביטע

בקיצור שטייט אין דער ערשטע, אז אין די סטימיולעס פעקעדזש וואס בוש יר"ה האט נאך דורכגעפירט, האט מען אריינגערוקט א געזעץ אז קרעדיט קארד קאמפאניס, אי בעי, פעי פאל והדומה, וועלען מ'11 למס' מוזען מעלדען מער ווי 20 אלפים א יאר, אדער מער ווי 200 טראנסאקציעס, (והתי' איז דא וואס זאגן אז עס איז א חלק פון קרעדיט קארד רעגולעישאן, וי"א אז מען מוז דאך האבן טעקס צו באצאלן דעם פעקעדש, אבל מה נפ"מ התי')
און די צווייטע איז א קאורט רולינג פון א צייט צוריק, אז אויב דער IRS פארלאנגט מוז פעי פאל ארויסגעבען אינפארמאציע, אפי' אויב זיי פארלאנגן אויף JOHN DOE היינו יהי' מי שיהי' פלוני אלמוני לא ידעתי אכנהו, וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 6:27 am
דורך שמן זית
איך קען מיר נישט דערמאנען צו איך האב געגעבן מיין סאשעל פאר פעיפעל, זיי בעטן א סאשעל?