ס'איז שווער צו שרייבן א פראפעסיאנאלן בריוו אנדעם וואס מ'זאל וויסן פון וואס די רעדע איז, און וואס די אייטעם איז -
איך וואלט דיך געראטן צו שרייבן דא אין אידיש בערך וואס דו ווילסט ארויסברענגן אינעם בריוו, און אפשר אזוי וועט דיר עמיצער דא קענען העלפן.
אין אלגעמיין אויב דו ווייסט וואס דו ווילסט ארויסברענגען, די מעלות פון דיין פראדוקט איבער אנדערע, צב"ש די קוואליטעט, די פרייז, אדער די מעלות פון דיין קאמפאני איבער די אנדערע, די שנעלקייט פון שיפיניג, צי אנדערע סערוויס מיט וואס דו צייכנסט זיך אויס, דעמאלטס קענסטו נעמען א פארטיגן מייקראסאפט טעמפלעט פאר א ביזנעס מארקעטינג בראשור אדער בריוו, און דארט אריינפילן דאס וואס ס'איז נוגע דיין פראדוקט, און עט ליעסט אזוי ווייסטו זיכער אז ס'איז גענוג פראפעסיאנאל אויסגעשטעלט לויט די כללים פון שרייבן, צב"ש קודם א שטיקל אינטראדאקשען, אד"ג וכו' וכו',
איך האב נישט יעצט קיין צייט צו זוכן אויב זיי האבן א פארטיגע זאך פון וואו דו קענסט גנב'ן איידיעס, אבער דא האסטו א לינק צו זייערע טעמפלעטעס:
office.microsoft.com/en-us/templates/CT101527321033.aspxאלענפאלס, הצלחה רבה!