בלאט 1 פון 1

לייוו ענסערינג סערוויס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 8:16 am
דורך שוועמל
עס מאכט זיך יעצט אז פאר א שטיק צייט וועל איך דארפן נוצן 'ענסערינג סערוויס' פאר די טעלעפאן קאלס וואס קומען אריין צו מיין אפיס.

איך וויל נישט בלויז זיי זאלן נעמען א מעסעזש און זאגן מען גייט צוריקרופן, איך וויל אז זיי זאלן בפועל העלפן דעם קאסטומער, למשל פלעיסן ארדערס, טשעקן טרעקינג נומבערס וכדומה.

כ'אב אמאל געהערט ס'יז דא היימישע פירמעס וואס טוען דאס. ווייסט איינער ווער און ווי גוט זיי זענען?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 9:00 am
דורך גרויזאמער
איך ווייס נאר פון איינס (קען זיין ס'דא נאך), די נאמען פון די פירמע איז "סמארט סטעף" בהנהלת ר' מנחם האפמאן (איך האב שוין אמאל געברענגט דא א דרשה פון אים).

ווי ווייט איך ווייס האלט עס אויף א סטעף פון אסאך מיידלעך, צווישן זיי גוים'קעס וואס קענען בלויז ענגליש געאייגנט פאר קאסטומערס וועלכע ווילן נישט אז דער סעקרעטאר זאל זיך בטעות ארויסכאפן א אידיש פארן קליענט, און פארשטייט זיך אויך חסידישע פרויען. זיינע פלענער הייבן זיך אן ביי בלויז אויפהייבן טעלעפאנען, ביז פירן א גאנצע ביזנעס פון אלף ביז תיו. ווען א קאסטומער קאלט אריין צו דיין ביזנעס נאמבער ווערט עס געפארווערדט צו זיי (דאס קען מען אויך אנשטעלן ווען און וויאזוי עס זאל געשען) און זיי הייבן אויף מיט די ביזנעס נאמען, למשל "שוועמל'ס פלאטשיגע ביבער היטן, האו קען איי העלפ יו?".

אויב דארפסטו זיין נאמבער זאג מיר, איך וועל עס שאפן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 9:36 am
דורך שוועמל
יא טאקע דעס האב איך געמיינט http://www.mysmartstaff.com/.

האט איינער עקספיריענס מיט זיי?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 9:37 am
דורך באנקיר
www.mysmartstaff.com/contact

1888.28.STAFF (78233)
OR 718.407.1710
sales@mysmartstaff.com
SmartStaff, Inc.
3823 13th Avenue
Brooklyn, NY 11218

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 5:40 pm
דורך thefact
איך הער זיי זענען גאר גוט אבער עס קאסט א מטבע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 8:06 pm
דורך לחיים ולברכה
איך האב גאר גוטע עקספיריענס מיט זיי. איך בין געווען אזוי סאך רואיגער ווען כ'האב געוואוסט אז היימישע מיידלעך הייבן אויף מיינע קאלס, און זענען וואוסענד און איבערגעגעבן.

איך געב דיר מיין פולע רעקאמענדאציע... קענסט מיך רופן פאר עני קוועסשאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:36 am
דורך ביזנעסקאפ
האבן זיי די סערוויס פון 'צאלן פער מינוט', למשל א קוואדער פאר א מינוט א.ד.ג ??? אדער האבן זיי נאר פעקעידשעס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:39 am
דורך שוועמל
זיי האבן נאר פעקעזשעס לויט ווי איך זעה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:12 am
דורך וויכטיג מאכער
איך האב שוין געזאגט אין פערסאן, אין איך זאג נאכאמאל אין פובליק, "פולי רעקעמענדעט"!!