בלאט 1 פון 1

ביזנעס קאויטשינג

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 2:53 pm
דורך זיס
איך האב שוין געהערט פארשידענע חילוקי דיעות בנוגע גיין אויף ייעוץ פאר ביזנעס, פאראן וועלכע שרייען אז עס איז קריטיש וויכטיג זיך צו לאזן קאסטן און נעמען ייעוץ, אנדערע שרייען גאר אז יענער קען זיך בשום אופן נישט אריינלייגן אין מיינע הויזן און קען נישט פירן מיין ביזנעס לויט זיין קאפ...

איך וויל הערן פונעם ציבור וואס זיי האלטן דערפון און וואס זיי האבן געזען פון עקספיריענס.

איך וויל נאר צולייגן אן עובדה וואס א חבר האט מיר דערציילט, און לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט דערצו:

צוויי יאר נאך וואס ער האט געעפנט זיין ביזנעס האט ער זיך מיישב געווען צו גיין צו ייעוץ; ער איז אנגעקומען האט אים יענער געפרעגט וואס זיין ביזנעס באשטייט א.ד.ג. דערנאך האט ער אים געפרעגט וויפיל געלט ער האט געמאכט דעם לעצטן יאר, ער האט מיט אים געמאכט א חשבון און צוגעקומען צו די מסקנה אז פאר א ביזנעס אין די צווייטע יאר הייסט דאס גאנץ שיין געמאכט. דערנאך האט אים יענער געפרעגט וועלכע זאכן מאכן דער עולם זאל קומען צו אים, האט אים דער יונגערמאן אויסגערעכנט א ליסטע פון זאכן וואס לפי דעתו ציעט דאס דער ציבור די מערסטע, האט אים יענער געזאגט "איך וועל דיר ווייזן סופרייזעס, גיי יעצט אהיים און בעט צען פון דיינע בעסטע קאסטומערס זאלן אויספילן פינף זאכן וואס דערפון זענען זיי געווען שטארק צופרידן, און עס איז זייער מעגליך אז דו וועסט זען אז דו נער'סט זיך אין דיינע שטארקע נקודות"; דער יונגערמאן האט אזוי געטאן און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער יונגערמאן איז גערעכט געווען, און טאקע די נקודות וואס ער האט געקלערט אז עס ציעט דעם עולם האבן מענטשן טאקע געענטפערט. ווען ער איז צוריקגעקומען נעקסטע מאל צום יועץ, האט יענער געוואלט זען זיינע קאנטראקטן מיט זיינע ארבייטער, און נאכן זען האט ער באשטעטיגט אז ער האט זייער גוט געשריבן זיינע קאנטראקטן...

זעענדיג דאס האט אים דער יונגערמאן געפרעגט: אחי היקר, אפשר זאגט איר מיר פארוואס איך דארף צוריקקומען צו אייך? - געלט האב איך דאס יאר געמאכט שיין לויט די יאר פון די ביזנעס, ווידער האב איך גוט ארויס מיין ביזנעס און איך ווייס די נקודות וואס ס'ציעט מענטשן, מיט ארבייטערס מאך איך גוטע קאנטראקטן... בקיצור זעסט דאך אליין אז איך פיר גוט מיין ביזנעס, אויב אזוי פארוואס דארף איך צוקומען צו אייך?

האט אים יענער געענטפערט אז אה"נ אפשר קענסטו טאקע מאכן די זעלבע געלט, אבער יישוב הדעת וועסטו נישט האבן די זעלבע ווי ווען דו רעסט זיך דורך מיט א עקספירענס מענטש וואס קען זיך אויס דערמיט, און וועסט נישט דארפן מורא האבן ביי יעדן טריט און שריט צי דו טוסט די ריכטיגע זאך, און ווידער וועסטו זיין זיכער אז דו גליטשט זיך נישט אויס ערגעץ...

אצינד לאמיר הערן חוות דעת פונעם עולם צי יענער איז גערעכט אדער נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 5:02 pm
דורך Yes_or_no
איינער וואס דארף צוקומען צו ייעוץ איז געווענליך נאכדעם נישט מצליח מיט זיין ביזנעס!!!!
סאו אויב די ווילסט עפענען א ביזנעס און די דארפסט ייעוץ דעמאלסט בעסער מאך עס נישט אויף. וועסט זיך שפארן געלט און צייט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 7:12 pm
דורך זיס
הייסט אז יעדער וואס גייט צו ייעוץ, איז נישט מצליח אין ביזנעס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:11 pm
דורך שטארק זיך
טייערע פריינט.
ביטע זיך נישט איבער איילען מיטן ענטפערן אויף אזעלכע האקעלע טעמעס, מיר אלע חברים קוקן ארויף אויף אייער מיינונג, מיר רעכענען זיך דערמיט מער ווי מיט א שמועס און קאווע שטיבל, עס קען זיין אז מיר וועלן בויען באשלוסן בלויז אויף אייערע מיינונגען, און איר ווילט אוודאי נישט עובר זיין אויף יעצנו רע.
דער אמת איז אז עס איז בכלל נישט שייך קיין כלל אין דעם, פרעגט אייך נאך וועט איר הערן פון מענטשן וואס האבן אויסער געווענליך מצליח געווען מיט ייעוץ, פון די אנדערע זייט וועט איר הערן פון אנדערע אז עס איז געווען ארויסגעווארפן געלט.
אלזא הרב זיס. אויב איז מעגליך רעד ספעציפישע ווערטער, פון וואספארא סארט ביזנעס דו רעדסט, איז עס א געווענליכע אויסגעטראטענע ביזנעס\סטאר, אדער איז דאס א נייער געדאנק? איז דער בעל הביזנעס א בעל אחריות? צי איז ער א צופלויגענער וואס פאפט אויף מיט א נייע רעיון יעדע פופצן מינוט...? לא ראי זה כראי זה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:35 pm
דורך יאנאש
עי' אשכול האגער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:46 pm
דורך שטארק זיך
שכוח יאנאש פאר'ן מראה מקום.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 4:56 pm
דורך אונגארישער
ר זיס

איך האלט אויסדריקלעך פין קאטשינג , אין איך האב א גיטע אדרעס

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 6:11 pm
דורך זיס
נו, שרייב.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:05 pm
דורך לחיים ולברכה
איך פרעג אן אנדערע שאלה: וואס מיינט קאוטשינג?

דאס איז אמאל זיכער אז אויף יעדע ביזנעס ברויך מען זיך דורכרעדן מיט אן עקספיריענסד "ביזנעסמאן", וואס איז אין די זעלבע ליין, אדער לכה"פ א שטארק ענליך ליין. דאס איז נישט אלץ די עצות, נאר פשוט צו איבערשמועסן צו מ'נארט זיך נישט מיט פאלשע חשבונות, און זיסע חלומות.

נאכדעם וואס דער עקספיריענסד ביזנעסמאן שטימט צו אז די ביזנעס איז גוט, סיי מצד די פראדוקט, פרייז, דימענד, און סיי מצד דער מוכר, סעילסען, און חשבון פירן וכדו', דעמאלטס קען מען עפענען א ביזנעס (א הסכמה פון א גוטע איד שאדט נישט).

אויב פילט מען נישט קאנפידענט צו פירן א ביזנעס אויפ'ן אייגענעם פלייצע, צו ווייל מ'פילט אז איינער פון די דערמאנטע פונקטן איז נישט בשלימות, אדער פשוט מ'האט מורא צו אריינטאנצן אינעם ביזנעס, דעמאלטס לוינט זיך צו גיין אויף קאוטשינג. ווער רעדט נאך אויב ח"ו די ביזנעס גייט נישט גוט, איז זיכער אז ס'לוינט זיך צו גיין.

ווען מ'גייט יא, איז וויכטיג צו האבן אפענע אויגן און נישט זיין בלינד און זיך לאזן פירן ביים נאז. אסאך האבן שוין דערלייגט שווערע טויזענטער דורך ווערן פארגאפט פונעם קאוטשער וואס האט א חוש צו ארויסזעהן געלט פון יענעם אבער גארנישט ארויסהעלפן אינעם ביזנעס. מ'דארף זיך גוט נאכפרעגן ווער ס'איז גוט, און וויפיל מאל מ'זאל גיין צו געבן א טשענס וכדו'.

יויש, כ'שרייב און כ'שרייב און כ'ווער נישט פארטיג. כ'דארף שוין באלד אויפשטיין צו סליחות, האטס מיר און זייטס מיר.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 9:46 pm
דורך שטארק זיך
האסט איין שעבוד: צו אהיימברענגען פרנסה אין שטוב (מדברי חכם אחד)

כמה וכמה חכמים כבר הסכימו לזה...
לחיים, זייער גוט ארויסגעברענגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 10:35 am
דורך שלמי
איך מיין אז א מענטש וואס איז אנגעליינט מיט ביזנעס טעאריעס און פיליזאפיע, קען זיכער ארויסהעלפן מענטשן אין ביזנעס. ער פארשטייט די פונדעמענטן פון ביזנעס און ער האט געווענליך אסאך עקפעריענס רעדענדיג מיט ביזנעס מענטשן.

און די כלל פון "א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל" איז אויך שטארק שייך.