בלאט 1 פון 1

ווי אפט ווערט אייער אפיס מסודר?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 2:35 pm
דורך זיס
יעדער ווייסט אז פון די שווערסטע זאכן איז צו האלטן אן אפיס מסודר, קודם כל זענען פאראן פיל זאכן וואס האבן בכלל נישט קיין פלעצער און אנדערע זאכן וואס מען קען פלאצירן אין עטליכע פלעצער, בקיצור, ווען מען נעמט צוזאמען אן אפיס ווערט מען משוגע צודרייט און מען ווייסט נישט וואו צו פלאצירן די זאכן... עס איז אויך פאראן זאכן וואס מען ווייסט נישט צי דאס באלאנגט צו די קאטעגאריע פון זאכן וואס מען דארף באלד טון, אדער איז עס פון די זאכן וואס עס האט נאך צייט, אדער קען מען שוין גאר פארגעסן דערפון... יעדע אפיס לויט זיינע זאכן...

אצינד איז מיין שאלה צו די חברים דא:

א) ווי אפט ווערט אייער אפיס מסודר? - יעדן טאג, איינמאל א וואך, ווען עס קומט אויס, אדער קיינמאל נישט?

ב)ווי אזוי האט איר עס געזען פון עקספיריענס, ווי וויכטיג איז צו האלטן אן אפיס מסודר? - איז די ביזנעס געגאנגען בעסער ווען די אפיס איז געווען מסודר, אדער איז עס פשוט מנוחת הנפש און רואיגקייט?

לאמיר הערן פונעם עולם...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 4:46 pm
דורך למעלה משבעים
א) ווען עס קומט אויס.
ב) געגאנגען אסאך אסאך בעסער, טאקע אלס דעם מנוחת הנפש און רואיגקייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:43 pm
דורך צום זאך
1) ווען איך זיך עפעס..
2) זאכן גייען אסאאאאך שנעלער און מיט א רואיגקייט ווען ס'איז אלעס מסודר..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:13 pm
דורך תמים
ווער עס האט בליציגע איינפעלער ווי מען קען פלאצירן די אפיס סופלייס קען עס בכבוד גדול דא מעלדן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:51 pm
דורך שטארק זיך
א. מיין אפיס ווערט מסודר, בדרך כלל, יעדן ערב שבת ויו"ט.
ב. ווען ס'אפיס איז מסודר איז מיר דער מוח אויך מסודר, ומכלל הן....
אגב, על פי רוב, האט מסודר'דיגקייט אין אפיס וכדומה, אסאך צו זאגן אויפ'ן פערסאנעליטי, הגם מסודר'דיגקייט איז נישט אלץ א מעלה,און אומ'מסודר'דיגקייט ווייזט נישט אלץ אן אויף חסרון.
אן אריכות אי"ה ביי א געלעגנהייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 4:43 pm
דורך AbiYiddish
האסט דאך אזוי גוט געזאגט 'שטארק זיך'.
איך לייד צומאל פון מיין מסודר'דיגקייט. נישט אז איך בין עפעס מורא'דיג מסודר, אבער איך האב ליב דאס 'מסדר זיין' אליין, און איך ארבעט זייער שווער ווען זאכן פליען.

איך האב מיר געמאכט א שלעכטע מנהג צו לאזן אלעס אום געפיילט און נאך א שטיק צייט פיילן, ס'הייסט אז אלע פאפירן זענען אנגעפּיילט אין פּיילס און ווארטן צו ווערן געפיילט. די פראבלעם איז אז ס'ווארט שוין צו לאנג.

איך האלט פון מאכן א באשטימטע צייט איינמאל א וואך צו מער\וויינגער מסדר זיין, און יעדע צוויי-דריי חדשים מאכן א העווי סדר. ס'ווענט זיך אבער אויך אין די טייפ אוו אפערעישן פון יעדן אפיס, און אויך ווי פאריאגט מ'איז.

פלאצירן אפיס סופלייס איז די בעסטע אין לעדלעך, אדער אין קליינע באקסעס אויף שעלווס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 5:41 pm
דורך prowed jew
דריי האט קאפס מיט צוועלעף טשיק פיס שאכטלען ליגן שוין פאר דריי חדשים אונטער מיין בענקל.....
וואס פוילקייט קען אלץ צוברענגען......