זיכערהייט אויג (איי) סיסטעם פאר די ביזנעס
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 2:28 pm
איך האב א פראגע, אפשר וועט מיר דא איינע פון די חשובע ליינער מיר קענען ארויסהעלפן.
איך פלעג שטענדיג האבן אן "איי" סיסטעם אין די ביזנעס וועלעכע א סעקיוריטי קאמפעני האט מיר נאך אינסטאלירט מיט יארן צוריק, אבער מיט די יארן איז דער סיסטעם געווארן שטארק פארנאכלעסיגט (ווארשיינליך צוליב דעם וואס מ'האט ב"ה קיינמאל נישט געברויכט צוקומען דערצו). איך האב שוין צענדליגע מאל זיך געוואלט נעמען דערצו, אבער קיין צייט האב איך נישט געקענט געפונען.
כהיום, ווען איך וויל מיר שוין ענדליך ערנסט נעמען דערצו, שטיי איך דא פאר א צובראכענע סיסטעם וואס איך גלייב שווער אז מ'קען דאס בכלל צוריק אויפלעבן. און אפילו אויב מ'קען דאס יא אויפלעבן ווייס איך נישט אויב ס'לוינט זיך צו נוצן די אלטע בלעק ענד ווייט קאמערעס.
וויל איך יעצט אריינשטעלן א גענצליך פרישן סיסטעם. דאס רעכנט אריין סיי דעם 'איי' סיסטעם מיט בערך פיר קאמארעס, און אזוי אויך אן 'אלארעם' סיסטעם מיט אפאר טיר/ווינדאו סענסערס.
איז מיין פראגע אויב איינער דא האט עקספיריענס אין וועלעכן ריכטונג ס'איז די בעסטע צו גיין.
מוז איך ווידעראמאל נעמען א סעקיוריטי קאמפעני וואס וועט מיר אריינקאסטן אין די טויזענטערס, אדער קען איך דאס מעגליך אליין באשטעלן און אינסטאלירן.
א גרויסן דאנק פון פאראויס פאר אלע וואס וועלן מיר פרובירן ארויסצוהעלפן.
בברכת ברכה והצלחה באנאזאם מיט הרחבת הדעת.