בלאט 1 פון 1

ווי אזוי מאכען אן ליין קאמפאניס געלט

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 10:08 pm
דורך בונם דער טרעגער
איך גיב א SEARCH ביי איינע פון די סורטש ענדזשעניס פאר א געוויסע סארט קעמרע-
עס שטעלט זיך אויס א ליסט דורך די פרייזען א חילוק פון איין קאמפאני צום צווייטען איז בערך ביז דריי הונדערט דאלאר

דהיינו אויפען סערטש ענזשין ווייזט קאמפאני א' די אייטעם פאר $599
די אנדערע 610 און דערנאך 615 און אזוי וייטער אויסגערעכנט איינס אונטערן צווייטען

איצטער מיין שאלה ווי אזוי מאכט די אנדערע קאמפאניס געלט - פארוואס זאל א מענטש נישט קויפען ביי קאמפאני א נאר ביי קאמפאני ד' אדער ה' וואס איז 50 60 דאלער טייערער - און כ"ש וכ"ש 300 דאלאר טייערע - וואס איז פשט....
ווי אזוי מאכען זיי געלט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 10:42 am
דורך ביזנעסקאפ
אז איר וועט נאכקוקען וועט איר זעהן אז רוב ביזנעסער פארדינען נאר דורך טראסט, דהיינו איינער וואס איז צופרידען פון זייער סערוויס וועט נישט אלעמאל קוקען אויף פרייז נאר א מענטש קויפט אויף פארשידע בעיסעס, צו איז דאס זייער צוגעלאזענע קאסטומער סערוויס, שנעלע שיפינג, גוטע ריטורן פאלעסיס, קיין איין סטאר איז נישט גלייך צום צווייטן. דאס איז די וועג וואזוי יעדער מאכט געלט.