בלאט 1 פון 1
אקונטס רעסיוועבל - וויאזוי הענדלט מען דאס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 3:37 pm
דורך פאטאקי08
האט איינער עפעס עצות אויף דעם?
די מעשה איז אז א ביזנעס קען פארן פיין דאס מיינט עס קומט אריין גענוג און נאך אין אקונטס רעסיוועבל עס זאל דעקן די בודדזשעט די פראבלעם איז אז עס בלייבט שטעקן דארט אין יענע אקאונט און סגייט נישט ווייטער אריין אין די באנק אקאונט
איז דא עפעס א עצה אויף דעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 7:04 pm
דורך פאטאקי08
סאו קיינער קען זיך נישט אויס אין קוויק בוקס דא?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 10:39 pm
דורך סאכדעס
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט, פארוואס זאל עס גיין אין באנק?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 10:55 pm
דורך גראדער
וואס הייסט ס'גייט נישט? דו ווארטסט די געלט זאל זיך אינטערהייבן פון זיך אליינס און אריינשפאצירן אין באנק... ווען עס קומט אריין געלט גייט עס צו אנדיפאזיטעד פאנדס, דערנאך גיי צו רעקארד דעפאזיטס און ענטער די געלט וואס דו האסט דעפאזיט אין באנק.
אויב האב איך נישטנ גוט פארשטאנען דיין שאלה ביטע זיי עס בעסער מסביר, איך בין זיכער דער עולם דא וועט דיר קענען העלפן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 11:03 pm
דורך שמיי_דריי
איך קען קיין סאך נישט צולייגן נאך די פאר מגיבים דא...
די געלט וואס מען באקומט גייט אריין אין אנדעפאסיט פאנדינגס און דו קענסט זיי טרעפן ביי מעיק דעפאסיט... דארט ביי מעיק דעפאסיט קענסטו אפטשעקן וואס עס דייט אריין אין באנק און האפענטליך וועט דיין פראבלעם ווערן אויס...
א גוטע נאכט..
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 11:23 pm
דורך שוועמל
די גלייכסטע סברא פארוואס ס'גייט נישט גלייך אריין אין א באנק (עססעט) איז ווייל אויב האסטו צוויי בענק, וואו גייט עס?
דעריבער ברויך מען גיין צו 'רעקארד דעפאזיטס' וכו' כנ"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 7:01 am
דורך פאטאקי08
שכח פארן ענטפערען
קוקטס אויס עטס פארשטייט נישט מיין פראבלעם...
איך גיי צי רעקארד דעפאזיטס
אבער עס איז נישטא וואס צי דעפאזיטן...
און אנדעפאזעט פאנדס אקאונט ליגט אויך גארנישט...
לאמיך קלארער מאכען איך ווייס נישט צי קוויק בוקס קען מיר העלפן דא...
שוין דער עולם וויל נישט כאפן וואס דא גייט פאר
זייער פשוט
דער עולם צאלט נישט קען מען נישט דעפאזיטן די חובות וואקסן ווי אויף הייוון און דארט בלייבט עס וואס גיט מען זיך אן עצה?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 11:58 am
דורך שוועמל
מיינסט צו פרעגן "אנדיפאזיטעד פאנדס, וויאזוי הענדעלט מען דאס"...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 12:09 pm
דורך איך_הער
ער מיינט צו פרעגן, אז דער עולם צאלט נישט, און ממילא האטער נישט וואס צו דעפאזיטן, כאפסטע שוין? (חוץ אויב דו רעדסט צו א צווייטן.)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 12:17 pm
דורך שוועמל
יא יא, דאס האב איך געמיינט (חוץ אויב רעדסטו צו א דריטן..)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 12:44 pm
דורך גראדער
עמך אנכי בצרה.
איך מיין עס איז א צרת רבים...