בלאט 1 פון 1

שרייבן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 10:31 am
דורך זיס
איך וויל אנפרעגן פון די עקספיריענץ פון די חברים:

וואס איז די פרייז וואס מען בעט אין די גאס פאר שרייבן ארטיקלען?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 11:54 am
דורך איך_הער
שוין דא אן אשכול דערוועגן, זיכעס אפיר.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 2:19 pm
דורך חידוש נפלא
די פרייז גייט געווענליך לויט די קערעקטערס (בלע"ז, אותיות במאמע לשון) איך מיין אז מען בעט היינט ארום איינס אדער צוויי סענט פאר איין קערעקטער, איך האב אמאל געפרעגט א שרייבער וויפיל עס קאסט צו שרייבן עפעס אן ארטיקל האט ער מיר געזאגט אז ער רעכנט 100$ פאר 10,000 [צען טויזענט] קערעקטערס

איך ווייס אבער נישט פוקנטליך די כללים צו מען רעכנט מיט די ספעסעס צו אהן די ספעיסעס צווישן איין ווארט אין די אנדערע

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 5:19 pm
דורך שמערי בערי
געווענליך רעכענען זיי מיט די ספעיסעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 10:35 am
דורך למדן
אין WORD ביי TOOLS איז דא אזא זאך ווי "ווארד קאונט" און דארט איז דא אויסגערעכנט אויך "קערעקטער קאונט" מיט "ספעיסעס" אדער אן ספעיסעס.

איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי די שרייבער רעכענען, אבער א שרייבער האט מיר אמאל געזאגט אז ער ווארפט אלעמאל אריין א וויץ [געלונגענע... אדער אומגעלונגענע...] אינמיטן פון זיינע ארטיקלן... אזוי פארגרעסערט זיך אויטאמאטיש דעם קערעקטער קאונט... ווייל נאך יעדן וויץ דארף מען דאך שטעלן נאך דריי קערעקטערס... די באקאנטע: "..." [בלע"ז: דוי לאכט מען...]