בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 1:22 pm
דורך א נייע מעשה
קען מיר איינער העלפן? איך זוך א freight forwarder פאר סחורה פון טשיינע.
אויך דארף מען צאלן טעקס פאר סחורה וואס מען אימפארט פון טשיינע?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 9:29 pm
דורך geek

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 10:07 pm
דורך א נייע מעשה
ישר כח גיק פאר דיין הילף.
איך זיך א היימישע קאמפאני, ווייסט איינער פון אזאנס?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 11, 2013 2:55 pm
דורך שנאפס
גאנץ פיין!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 12, 2013 12:11 pm
דורך SPUSMN
אויב צוויי פיצעלע סטיקי שטיקלעך קען האלטען צוויי קילא, דארף דריי קענען האלטען כאטש דריי קילא.

זיי דארפען עס מאכען אין אלע סייזעס, פון קענען האלטען מיליגראם'ס ביז קענען האלטען שווערע משאות; אזוי ווי וועלקרא.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:03 pm
דורך AHA
אויב איז עס אין די קלאדינג אינדאסטרי פליז קאנטעקט מי אין פרייוועט.
א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:04 pm
דורך פריי זיך
מ'דארף אבער אבאכט געבן מיט די כינעזע זיי קענען זיין גנבים. כך שמעתי

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:14 pm
דורך מומחה עצום
נישט זיי קענען, זיי זענען

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:18 pm
דורך לכתחילה אריבער
פריי זיך האט געשריבן:מ'דארף אבער אבאכט געבן מיט די כינעזע זיי קענען זיין גנבים. כך שמעתי

זענען גנבים. כצ"ל.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:21 pm
דורך פריי זיך
דאן וויאזוי טוט מען ביזנעס מיט זיי סוקסעספולי ? וואס זענען די פראקאשענס וואס מ'דארף נעמען

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
פריי זיך האט געשריבן:דאן וויאזוי טוט מען ביזנעס מיט זיי סוקסעספולי ? וואס זענען די פראקאשענס וואס מ'דארף נעמען

מען דארף זייער וואטשען, און אז מען וואטשט קענען זיי נישט גנב'ן. אבער אפי' אזוי איז זייער איינגעשטעלט. בפשוטת דארף מען האבן א מענטש דארט אויף דער ערד. און נישט קיין כינעזער.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:47 pm
דורך AHA
אויב עס קימט נישט דא אריין דאן שיקט עס ווי ס'באלאנגט.
לדעתי זענען די כינעזער נישט קיין גנבים, זיי פארשטייען פשוט נישט צו אינזער סאסייעטי אויב ביי זיי הייסט עס שיין איז עס ביי אינז שרעקליך שלעכט. אויב אבער מען קען זיי שיקען א אייטעם צו מאכען אין מען קען זיי אריבער שיקען אין דיטעיל דיטעיל וויאזוי עס צו מאכען דאן קענט איר זיין 99% פראצענט אז עס וועט גיט ארויסקימען,
א גרעסערע פראבלעם איז דאס אז זיי וועלן קאפיען די זעלבע פראדוקט מיט אייער לעבל אין א שוואכערע ווערזשון אין דעס קען אייך ארויסטראגען פין ביזנעס ח"ו

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:48 pm
דורך home
א קליינע סכום קען מען ניצן פע פעל

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 8:00 pm
דורך פועל
פון עקספיריענס אויס, אפילו א זאך וואס זיי האבען שוין געמאכט און זיי מאכען דאס נאכאמאל מיט אפראוועד סעמפלס, מוז מען דארט זיין אדער א שליח, צו זיכער מאכן אז עס גוט פאר מען נעמט דאס איבער, נאכן באצאלען איז נישט מעגליך צוריק צו באקומען פון זיי קיין געלט, ואני את נפשי הצלתי

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 10:31 pm
דורך זאל ער קומען
עס איז דא צוויי באזונדערע פראבלעמען.
די ערשטע איז, עס איז דא א חילוק צו די מאכסט א נייע פראדאקט וואס דו קענסט נאכנישט און דו פארלאזט זיך אז זיי זענען דאך א קאמפאני מסתם ווייסן זיי וויאזוי עס צו מאכן גוט.
דאס איז א שרעקליכע פראבלעם דארט, און אויב ווייסטו נישט 1000 % וואס און וויאזוי מ'דארף עס מאכן קען מען אנזעצן ביג טיים, עס מוז נישט זיין אייביג קיין פראבלעם, למשל אויב דו נעמסט א פראדוקט ווואס די קאמפאני האט געמאכט פריער און דו מאכסט נאך די זעלבע קען עס גלונגען אבער עס קען נישט אויך.

אויב אבער קענסטו גוט דעם פראדוקט און דו קענסט זען אויף די סעמפעלס אויס עס איז גוט, און דו ווייסט וואס אנצוזאגן עס זאל זיין גוט קען עס גוט געלונגען.
א עצה טובה איז צו מאכן די קלענסטע קוואנטעטי וואס מעגליך אפילו מ'מאכט נישט קיין געלט אויף די ערשטע שיפמענט. אסאך קאמפאניס מאכן פראבלעמן מיט קליינע קוואנטעטום, מ'דאף פרובירן עטליכע.

די צווייטע פראבלעם איז, אז יעדער פרובירט צו מאכן א גרינגע דאלער דאס הייסט אפילו זייער קאמפאני קען עס נישט מאכן וועלן זיי אננעמען די דשאב און ארויסגעבן פאר א קאמפאני וואס זיי האלטן קען עס מאכן און זיך צולייגן עפעס געלט, אויך איז דא פריוואטע מענטשען וואס עדווערטייזן זיך אלץ כל ערליי קאמפאניס און ווען דו פרעגסט א פרייז זיכן זיי שנעל א קאמפאני און שטעלן זיך אהער אלץ א רעפרעזענטעטיוו פון די קאמפאני, עס מוז נישט אלץ זיין קיין פראבלעם און לויט מיין השערה איז דא אן א שיעור ביזנעס וואס גייט צו אזוי, די פראבלעם איז קודם כל קען עס שנעלער זיין א פשוטער שווינדלער וואס גייט אוועקגיין מיטן געלט, און אפילו נישט איז זיין נסיון אייביג גרעסער אוועקצושפאצירן מיטן געלט און לאזן דיך מיט די קאמפאני פייפן, אבער אפילו נישט און ער מאכט יא די פראדוקטן, איז ער דער פארמיטלער צווישן דיר און זיי און אסאך מיספארשטענדענישן קען פאסירן איבערהויפט אז ער איז בכלל נישט קיין עקספערט און דעם פעלד, און אויב מאכט זיך עפעס פראבלעמן זאל דער אייבישטער אפהיטן, ווייל די קאמפעני פייפט עם אויך אן ער האט נישט קיין שום ווארט אויף זיי.

איך וואלט געראטן צו גיין צו א אידישער ברויקער אפילו עס קאסט קען עס זיין ווערט, אינטערסיר זיך נאר קודם ביי דריי פאריגע קלייענטס וואס ער האט לעצטענס געהאנדעלט.
איך האב נאך קיינמאל נישט גענוצט קיין בראקער אבער איך האב דארט א גוי שוין יארן לאנג, איך האב ב"ה נישט געהאט קיין שווינדל אבער אסאך מאל שיעור געהאט און איך האב נאכגעטשעקט די קאמפאני און געזען אז לא דובים ולא יער, אבער איך בין שוין יא דורך געפאלן מיט באשטעלן צו פיל די ערשטע מאל און עס איז נישט געווען וואס איך וואלט געוואלט, דאס איז זייער א וויכטיגע נקודה ווי פריער דערמאנט, און איין זאך קען קיינמאל נישט שאטן איז תפלה, זאל עס זיין מיט גרויס הצלחה און סוקסעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 11:49 pm
דורך גבריאל
ווי איך פארשטיי איז נישט זיין פראבלעם יעצט פון טרעפן א מאנופעקטשורער פאבריק וואס פארשטייטצעך אז מען דארף זיין זייער פארזיכטיג,
נאר מען האלט נאך בא אלעף, למשל איך וויל מאכען א חנוכה דריידעל וואז זאל קענען זינגען, דרייען, בלינקען, וכו' - יעצט איך האב שוין די איידיע,
אבער לכאורה קען איך עס נאר פארשלאגען פארן פאבריק נאכדעים וואס אן אינטשעניר מיט א דיזיינער האבן עס אויספלאנירט מיט א בלאפרינט,
ערשט יעצט קען מען רעדן צו גיין צו א פאבריק ער זאל פראדוצירן א "מאלד" א "סעמפל" -
איז יעצט די שאלה ווי הייבט מען אן נאכען איידי מיטן צווייטן סטעפ, מיטן דעזיינען, ווי גייט מען....??

(סחורה איז אנדערש ווייל שניידעריי איז גרינגער)

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 10:49 am
דורך Yoely
this is a email from China manufacturing.

By sea, boat have to sail from this port to another port, so I need which port is the closest to u? So that we can check the sea freight for u. Such as Detriot, long beach are all sea port city...Hope u can understand me now! When products arrive in the port, u have to make the custom there, then get the products.


?which port is the closest to us

what does it mean
? I have to make the custom

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 11:15 am
דורך AHA
ער זאגט גיט, זאג איהם אז ער זאל עס שיקען צו די ניו זשערזי פארט(אויב די וואוינסט אין נוי יארק אדער זשערזי.
אין די דארפסט קאנטאקטען א בראקער א שטייגער ווי always forwarding זיי זאלן פראסעסן די קאסטומס פאר דיר.
אויב איינער ווייסט פין נאך א פארט אדער נאך א פארווערדער זאל איהם פליז געבן די אנדערע אפשענס.
דאכצוך atlantic carrier טוהט אויל קאסטום קלערנס.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 11:21 am
דורך Yoely
thanks

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 12:59 pm
דורך זאל ער קומען
איך האב מער ליב נישט צו אינוואלווען די קאמפאני אין שיפינג בכלל, קאנטאקט א שיפינג קאמפאני און דיעל מיט זיי עס וועט נאר זיין ביליגער און בעסער, און אויסער דעם האסטו נאך א מענטש וואס זאגט דיר וואס ס'גייט פאר און אויב די סחורה איז רעדי, אויפגעפיקט אוין אזוי ווייטער.
געב א סיערטש פאר א לאדשיסיטקס קאמפאני און וועסט טרעפן וויפיל דו ווילסט, ביי די וועי אן א שיעור אידן טוען דאס אויך, קענסטו שוין האבן מער העלפ.
הצלחה

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 1:40 pm
דורך Yoely
גיב מיר א גיטע היימישע שיפינג קאמפאני וואס שיפט פון טשיינע.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 25, 2013 2:17 pm
דורך גראדער
701 Newark Avenue | Elizabeth, NJ 07208
P. 908-353-4000 x225 | F. 908-354-2000
http://www.allwaysforwarding.com
איך האב שוין גענוצט אסאך, אבער אזאנס ווי אים איז נישטא, די סערוויס איז איינס אין די וועלט

קענסט קאלן ישראלי וועבער פערזענליך 347-756-2936