בלאט 1 פון 1
סופלייער געזוכט פאר לייטינג קאמפאניס
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 1:01 pm
דורך שוועמל
איך האב יעצט איבערגענומען (האלבוועגס) א וועבסייט פון א קאמפאני וואס איז טיילווייז צוגעמאכט. די וועבסייט ברענגט יעדן טאג אריין ארדערס פון פארשידענע LIGHTING קאמפאניס, וואס איך האב נישט קיין אקאונטס מיט זיי דערווייל.
מיין פראגע איז צי ס'יז דא איינער וואס סופלייט לייטינג קאמפאניס און איך קען מיך אנקניפן מיט אים.
אדער צי עמיצער ווייסט פון א "פולפילמענט ביזנעס" וואס סופלייט לייטינג פאר די טרעיד, אזויווי ס'יז דא פול אין די פלאמינג אינדאסטרי וכדומה.
ביטע העלפט ווי פריער, יעדן טאג וואס איך פראסעסס נישט די ארדערס וועלן די אלע קאסטומערס קענסלען.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 1:18 pm
דורך farshlufen
ר' שוועמל, וואס דארפט איר אין לייטינג, באלבס אדער פיקסטשערס?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 1:31 pm
דורך איך_הער
כ'ווייס נישט פונקטליך ווואס די ארדער'ס זענען, אבער קודם כדאי זיי נישט צו פארלירן, זאלסטו קודם אפילו מאכן ווייניגער געלט, און אפשר אפילו צוצאלן, גיי פארשאף די זאכן פון עני לייטינג סטאר, גיי צו די גרויסע, למשל כ'ווייס נישט וויזוי די סטאר הייסט, אבער איינער מענדלאווישט פירטעס אן, ס'איז אין ווילי מיינעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 1:42 pm
דורך שוועמל
איך רעד פון שיינע דעקארעטיוו לייטינג ווי טשענדעליערס און סקאנסעס, שיינע ספאט לייטס וכדומה, נישט קיין באלבס און ראָף פיקסטשורס.
איךהער,
פארוואס זאל איך אפילו 'צוצאלן'? איך בין דא צו מאכן געלט א_ווי יעדער אין קרעטשמע..
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 1:46 pm
דורך לוסטיג
אמאל האט ר' חיים העלער געהאט אזא ביזנעס, היינט פירט עס מיינעך זיין איידעם.
אויב איז עס אינטערסאנט קען איך אפשר עפעס ארויסהעלפן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 1:49 pm
דורך farshlufen
שוועמל, קענסט פרובירן
http://www.sunshinelighting.com/ אבער זיי האבן מאוסטלי באלבס און אייגענע פיקסטשערס, אדער טור ארום די Bowery קענסט לכאורה געפונען דארט וואס דו זוכסט.
כ'ווייס נישט צו מיין אינפארמאציע וועט דיך צוניץ קומען אבער דאס איז מיין לימטעד אינפאו אין די ליין.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 1:58 pm
דורך שוועמל
איך קען נישט זוכן וואס איך וויל.
די קאסטומערס האבן שוין ארויסגעטשעקט מיט די אייטעמס וואס זיי וויל, איינער מיט א שאנבעק לייט, איינער מיט א מינקא-לעוורי לייט. סא איך דארף יעצט זוכן א סופלייער פאר די אלע זאכן.
ס'קען זיין כ'על טרעפן איינעם אויף באוערי מיט וועם כ'על קענען אנקניפן אבער כ'אב נישט קיין צייט געהעריג צו נישטערן יעצט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 3:12 pm
דורך איך_הער
שוועמל, פארוואס ס'לוינטצעך צו צוצאלן? ווייל ענדערש ווי פארלירן א קאסטומער, ברויך מען אים האלטן, וואט עווער די קאסט איז. (חוץ אויב עריז נאר אן איינמאליגער איינקויפער, איז שייך זיך צו טענה'ן צו ער דארף פונקט דעי אייטעם, און אז דו זאגסטעם אז דו האסטעס נישט איז נישט, צו ער וויל זיין דיין סטעדי קאסטומער, דאן דארפסטו אים האלטן.)
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 3:15 pm
דורך קבל את האמת
פראביר מענדלאוויטש אויף בראדוועי לעבן קרויס הוט סטאר
אפשר וועלן זיי זיין וויליג צו געבן א דיסקאנט פאר ריסעללער
הצלחה
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 3:19 pm
דורך קבל את האמת
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 1:22 am
דורך שוועמל
יישר כח פאר אלע מגיבים.
למעשה בין איך שוין געווען אויפן טעלעפאן פינף מינוט נאכן מעלדן מיין פארלאנג, מיט איינעם פון קרעטשמע.
אז איך זאג אייך ווער, ווער עטס שיסן פאר געלעכטער...
דערווייל קען מען גיין צום טיש ב"ה לאמיר האפן אויף ווייטער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 3:34 am
דורך פויער
אויף דיין בילד זעט מען טאקע ווי די שמייכעלסט אויפן טעלעפאן...