בלאט 1 פון 1

הלואה פאר נייע ביזנעס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 12:53 pm
דורך ווארד2007
ס'איז א וועלט פון הימל און ערד און עקאנימיע, דער עולם קראצט זיך די קאפ ווי מען קען א דאלאר מאכן, די גרעסטע ראי' פון ארבייטסלאזיגקייט איז די פילע אשכולות טעגליך דא אינעם קרעטשמע (איך מיין נישט קיינעם אנטשולדיגט)
יעצט, ס'האט זיך מיר געמאכט א געלעגנהייט צו עפענען א ביזנעס וואס נאך די ראט פון פילע עקספערטן קען עס בעז"ה זיין א גרויס הצלחה, איך האב שוין א שותף אויך, נו וואס נאך דארפסטו?
די שאלה איז כסף מנלן?
האט נישט מורא איך קום נישט דא מאנען פון קיינעם א הלואה
מיין שאלה אז צו אין די היינטיגע וועלט, קען מען האבן אפילו א הוה אמינא צו נעמען א ביזנעס לאון, אן זיך פארמשכונעןדי ווייסעך וואס, איך אין מיין שותף זענען צוויי רעגלמעסיגע פארדינערס, אבער נישט אויף צו האבן עקסטרע צו אינוועסטן.
למעשה איך דארף א קנאפע הונדערט טויזענט דאלאר צו קענען אנהייבן, האט אפשר איינער א עצה דא - חוץ צו רייסן פונעם בוים וואס וואקסט נישט - ווי אזוי קען מען שאפן די סומע?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 1:03 pm
דורך יגרסהדותא
לידיעתך, איך ווייס נישט וואס טוט זיך ביי די בענק. אבער ביי אחינו בני ישראל איז דער מצב ביטער ווי גאל, ריש דיך נישט אויף גרויסע הלואות.

מ'קען נאכאמאל בעטן: אוי, ותן לכל איש ואיש די פרנסתו.

אבער, האלט זיך נישט אפ, פרובירן דארף מען, און דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל האבן געמאכט א גראבע מיסטעק מיט די יעצטיגע תגובה.

הצלחה מעומק הלב
יגר'ל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 1:06 pm
דורך אונגארישער
וארט2007 אין אושית אריין

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 1:09 pm
דורך געדולד
איך ליין וועגן די בעילאוט, אז עס ליגט דערין הלוואות פאר קליינע ביזנעס, ווייסט אפשר איינער ווי אזוי מען פיקט עס אויף?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 1:22 pm
דורך איך_הער
אונגערישער, אויב דו אישית'ט אים אריין אפאר דאלער, האמעך אויך אינזין. פליז.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 1:52 pm
דורך אונגארישער
אויב סוועט איבער בלייבן אין די וועסט זיין וואיל זייער גערן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 2:29 pm
דורך איך_הער
כ'בעטעך, כ'זאג צו צו זיין וואויל. כ'מיין אפילו אז כ'בין שוין וואויל, אבער פליז.... (כ'מיינעס ערענסט.)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 2:55 pm
דורך אונגארישער
אקעי זיי מתפלל כזאל האבן געלט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 25, 2009 10:59 pm
דורך אזוי נארמאל
UJO פון וואמ"ס טיילט בערך 00.$25000 פאר אזעלעכיגע זאכן, דעריבער קענסטו זיך אנגעבן עקסטער אין דיין שותף עקסטער, זענט איר שוין האלב געהאלפן. ווייל אינאיינעם וועט איר מאכן $50000.00 .

והייני דאמרי אינשי, תפילה עושה מחצה. אז ס'העלפט.