בלאט 1 פון 1
שטייערן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 7:40 am
דורך israel
שלום
איך האב א חבר דא אין ארץ ישראל, וואס ער האט א באנק-קאנטע אין פאראייניקע שטאטן, און ער וויל אז מען וועט אריינלייגן דארטן א שיינע סומע געלט א פאר מאל א חודש, און ער וועט ארויסנעמען עס דא אין ארץ ישראל מיט וויזע אדער צ'ק.
ער וויל וויסן ביז וויפל געלט קען זיך דרייען אין באנק און דער שטייער-אמט וועט גארנישט טאן, צי עס איז דא א געוויסע סומע וואס ווען די רעגירונג זעט אין קאנטע זיי הייבן זיך אן צו פרעגן פון וואנען איז דאס געלד, און זיי פאדערן שטייערן, אדער הארט נישט די רעגירונג די געלט-סומע וואס ליגט אין באנק.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 8:52 am
דורך שוועמל
אויב איז די באנק קאנטע אויף א נאמען פון א ביזנעס דאן ברויך מען איינגעבן די איינקונפטן איין מאל א יאר.
אויב איז עס אויף א פריוואטע נאמען ברויך מען גארנישט איינגעבן. איבערהויפט ווען דער יחיד איז ניט קיין היגער.
חוץ אויב פירט מען דורך אומגעהויערע גרויסע טראנזאקציעס וואס ציהט די אויגן פון די באהערדע, דארף מען ארבעטען בחכמה וויסן וואס נישט צו טאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 9:00 am
דורך סתם_אזוי
סאו דאס מיינט צו זאגן אז איינער וואס וואוינט יא דא, דארף אויך נישט מורא האבן צו האלטן געלטער וואס מען האט נישט פארדינט אין א בענק אקאונט?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 10:00 am
דורך איך_הער
סתם, אויב יענער נעמט נישט קיין שטאטישע זאגן, און ער מאכט נישט אויפפאלענדגע טראנזעקשענ'ס, איז לכאורה נישט קיין פראבלעם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 10:07 am
דורך סתם_אזוי
וואס מיינט אויפפאלענדע טראנזעקשענס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 10:22 am
דורך israel
למעשה דא רעדט מען אויף אזא געדאנק: אסאך משולחים פארן אהין און צוריק און זיי ווילן נישט טראגן גרויסע סומעס מיט זיי, האט מען געטראכט פארשלאגן זיי אריינצולייגן דאס געלט אין באנק-קאנטע אין אמעריקע און זיי געבן א צ'ק דא אין ארץ ישראל אראפנעמענדיק 1 פראצענט. אויף יעדן הונדערטער 1$.
און אויב עס וועט גיין, רעדצאך דא אויף טויזענטער דאלארן א חודש וואס וועלן וואלגערן אין באנק.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 11:15 am
דורך יאנאש
אז דו רעדסט שוין פון אזא איידיע קענסטו נאך גיין ווייטער, קענסט עס מאכן אויף א נאט פאר פראפיט און די נדבנים זאלן קענען אויסשטעלן טשעקס אויף די ארגענעזאציע נאמען און קריגן רעסיטס.
באיזה אופן וויל איך דיר נאר זאגן אז עס איז א שווערע ביזנעס (אפי' נאר די טרענספערן חלק), טשעקס קענען קראכן און דו וועסט בלייבן מיט דאס געלט אינדערויסן, עס איז מעשים בכל יום.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 12:47 pm
דורך גרויזאמער
די משולחים האבן שוין א פונקטליכע אויסגעטראטענעם וועג אויף דעם. פרעג נאר סיי וועלכע עקספיריענס משולח.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 7:53 am
דורך israel
דער פלאן איז צו ארבעטן נאר מיט קעש (מזומן) נישט מיט צ'קן. אסאך משולחים האבן מורא צו טראגן אין קעשענע א פאר טויזענט$ קעש, מחשש גניבה ואבידה, און מיט מורא פון א צאל. (מכס).