בלאט 1 פון 1

ביזנעס פלענס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 8:00 pm
דורך חידוש נפלא
יעדער וואס האט א ביזנעס ווייסט ווי וויכטיג עס איז צו האלטן חשבון אויף די ביזנעס און צו האבן פון די ערשטע מינוט א פלאן איבער אלע אויסגאבן און פארדינסטן, ווי למשל ווען מען נעמט אויף אן ארבעטער לוינט זיך אויך סיי פאר די בעל הבית און סיי פאר די ארבעטער אויסצושטעלטן אן "עמפלאוימענט עגרימענט", ווען איינער פירט א ביזנעס איז אלץ דא פארשידענע דאקומענטס וואס מען דארף כסדר האבן איבער אקאונטינג, בענקינג,פלענס, אגרימענטס, אסיינמעטס, אא"וו

איך האב געטראפן א פראגראם פאר פרי וואו מען קען באקומען אלע אזעלכע סארט דאקומענטס וואס מען דארף האבן אנצוגיין מיט א ביזנעס, ווי אויך האט עס נאך אסאך גיטע זאכן וואס קען צונוץ קומען (קאנסאלטינג, וויאזוי זיך אויפצופירן מיט א בעה"ב-ארבעטער) און איך האב געטראכט אז עס וואלט געקענט צונוץ קומען פאר אסאך חברים.
דאס איז די אדרעס
http://www.envision-sbs.com

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 01, 2009 9:05 am
דורך יאנאש
עס קוקט מיר אויס זייער נוצבאר, אבער איך זעה אז זיי נעמען געלט דערפאר, איך גלויב אז ביי גוגל אדער מייקראסאפט קען מען טרעפן מער ווייניגער וואס מען זוכט פאר אומזינסט, די שאלה איז נאר ווער זאגט אז עס זענען אויסגעהאלטע עגרימענטס וכדו', און די זעלבע שאלה איז עקטשולי שייך ביי ענוויזשאן אויכעט.

ווייסעך נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 01, 2009 9:22 am
דורך lebediger berel
מ'קען באקומען די אלע זאכן פאר "בחנם"
ס'קאסט אביסל געדולד, אבער די רעגירונג האט דאס צוגעשטעלט
די ארגאניזאציע הייסט "סקאור" SCORE
דאס איז א שותפות פון די רעגירונג מיט רעטייערטע עקזעקוטיוון.
איך האב מיך שוין געשפארט דורך זיי אסאך געלט.
זייער אפיס אין נ.י. איז אין 26 פעדעראל פלאזא דאונטאון מאנהעטן.
ס'וואלט זיך געפאדערט אן אשכול פאר זיך איך בין גרייט צו שרייבן באריכות וואס דאס איז און וויאזוי מען קען (און מען דארף) געניסן פון זיי.
א לינק צו זייער וועבזייטל.
http://www.score.org/index.html
מ'דארף דאס פארזיכטיג דורכגיין צו טרעפן וואס מען זוכט, און אזוי אריינקריכן טיפער און געניסן פון דעם אומזינסטיגן אוצר.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 01, 2009 9:31 am
דורך יאנאש
וואס איז שלעכט מיט דעם אשכול?

מיר קוקן ארויס אויף דעם לעבעדיגער בערל'ס ארטיקל איבער 'סקאור' מיט גרויס שפאנונג.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 01, 2009 10:54 am
דורך שוועמל
גמני מצטרף

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 01, 2009 10:55 am
דורך lebediger berel
בקרוב אי"ה
דערווייל קענט איר שטודירן דעם לינק
איר וועט באמת הנאה האבן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 8:36 pm
דורך ביזנעסקאפ
סתם אזוי פאר ביזנעס פלענס איז זייער גוט bplans.com זיי האבן זייער גיטע סעמפעל פלענס אויב מען וויל מאכן אליינס א ביזנעס פלען, אויך קען מען שאפן פאר פרי 'פלען טעמפלעטס' וואס איך האב געשפארט דורך דעם קרוב צו אן אלף דורכן אליינס צאמשטעלן מיין ביזנעס פלען.