בלאט 1 פון 1

פאוינט אף סעיל -- Point of Sale

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 10:23 pm
דורך שוועמל
פאוינט אף סעיל איז א ריטעיל פראגראם ענליך צו וואס רוב גראסעריס פארמאגן, און לעצטענס אויך הארדווער געשעפטן, קליידער געשעפטן, מקוה אידן וכו' וכו'.

דער פראגראם איז דא פון אינטואיט, די מאמע קאמפאני פון קוויקבוקס. אויך איז עס דא פון אנדערע קאמפאניס.
איך האב קיינמאל נישט פרובירט קיין איינע פון זיי. איך וויל וויסן עטליכע זאכן.

דארף מען א ספעציעלע קאמפיוטער אדער מאשין דערפאר?
נוצט דאס א ספעציעלע סאפטווער אדער דרייווער צו קאמיוניקירן מיט די סקענער, פרינטער וכדומה?
קען דאס האלטן חשבון אויף אינווענטארי, פארטשעס ארדערס, רעמיינדערס צו באשטעלן וכו?
וויפיל קאסט דאס בערך?
די היינטיגע דעליווערי בויס דרייען זיך מיט אזוינע קליינע קאמפיוטערלעך און פרינטן וואס זיי האבן דעליווערט, און שרייבן אריין וואס מען דארף באשטעלן וכו, נוצן זיי לרוב POS אדער עפעס אנדערש?
איך האב שוין געזען דעליווערי בויס וואס נוצן בלויזע פאלמס אדער בלעקבעריס, און מען קען דארט סיינען ביים ערהאלטן די דעליווערי.


לזכרוני פלעגט לויפן אן עד ערגעץ עמיצער וואס פארקויפט דאס קען איינער מיר גיבן די נומער?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 11:19 pm
דורך לאז געמאכט
דארפסט נאך א נאמבער? ס'איז דא אסאך קאמפעניס וואס שטעלן דאס צו, היימישע איניש היימישע, גוטע איניש גוטע, פארגעשריטענע און צוריקגעבליבענע, בעסערע און ערגערע...

איינעם ווייס איך טוט דאס, סיי די פאלם וואס מ'קען סיינען דערויף, און פרינטן אויף אזא פיצי פרינטער וואס די טיקעט טיילער פארמאגן. און אויך א געהעריגע פראגראם פארן קאמפיוטער האביך א נאמבער אויב די ברויכסט.