גוטע ביזנעס געלעגנהייט!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 1:40 pm
דאס האב איך באקומען פון א חבר אויף מיין פריוואטע אימעיל. ער האט מיר געבעטן צו דאס מפרסם זיין אין קרעטשמע.
אפאר יאר צוריק האב איך אנגעהויבן אימפארטן קלינינג פראדוקטן פון אויסלאנד. כ'האב קודם געמאכט א קליינע ארדער צו זעהן אויב ס'איז אינטערסאנט, און ווען כ'האב געזעהן אז ס'איז געווארן צוכאפט אין די געשעפטן, האב איך באשטעלט א גרעסערע ארדער.
די פראדוקטן וואס איך האב שוין פארקויפט, און געזעהן דערין הצלחה, זענען דריי.
1) "פעבריק ווייטענער", א פאודער צו ווייס מאכן אלע סארט ווייסע קליידער, ווי טליתים, ווייסע טיכלעך, ווייסע שירצלעך וכדו'. דאס איז נאר פארקויפט געווארן אין וויליאמסבורג מיט גרויס הצלחה. כ'האב שוין כמעט נישט דערפון גארנישט.
2) "פערמינאנט סטארטש", אנשטאט צו נוצן ספרעי סטארטש אויף העמעדער וכדו', לייגט מען דאס אריין אינעם וואש מאשין. דאס איז שוין נישטא אין די געשעפטן, און איך באקום כסדר קאלס און אימעילס (דורכ'ן וועבסייט) צו באשטעלן דעם סטארטש.
3) "סקארינג קלאטה", דאס איז א שמאטע צו ריפלעיסן סטיל וואל. דאס הייסט, ס'טוט די זעלבע פעולה וואס סטיל וואל, ס'קראצט אפ שווערע שמוץ פון טעפ, און מ'וואשט אויך די רעגולער געשיר דערמיט. ס'איז זייער בא'טעמ'ט צו האלטן אין קאנטראסט צו סטיל וואל וואס איז אן עקל און א גרויל. מ'קען דאס איבערוואשן אין וואש מאשין עטליכע מאל. ס'איז פארהאן אין 3 קאלירן פאר מילכיג, פארווע און פליישיג.
פון דעם סקארינג קלאטה האב איך נאך אסאך, ווארום כ'האב געדארפט באשטעלן צענדליגער טויזענטער דערפון צו קענען מאכן די 3 קאלירן, און ס'האט מיר געקאסט זייער טייער וואס האט צוגעברענגט אז אין געשעפט זאל דאס זיין גאר טייער.
למעשה, האב איך באקומען לעצטענס א נייע פרייז ליסט פון די קאמפאני אין אויסלאנד, וואס איז פיל ביליגע ווי ביז איצט. דאס הייסט, אז פיל מער מענטשן וועלן קויפן די פראדוקטן אויב ס'וועט זיין ביליגער. אויך, האבן זיי א גאנצע ליין פון קלינינג סופלייס וואס איז אויך געווארן ביליגער. זיי זענען הויך אין קוואליטעיט, און עקסעלענט אין סערוויס. די איינציגסטע חסרון איז אז מ'מוז צאלן פון פאראויס, וואס דאס שטעלט מיך ארויס פון ביזנעס. איך האב נישט קיין עקסעס צו קעש, בפרט אינעם איצטיגן עקאנאמיע.
ובכן, איך פיל ווי מיין גאנצע הארעוואניע גיי לאיבוד, דעריבער וויל איך איבערגעבן די ביזנעס פאר איינער וואס האלט אז ער וועט דאס קענען בויען, סיי לאקאל און אפילו אין די מרחקים אנליין אדער אין גרעסערע סטארס. איך פיהל נישט באקוועם צו ארומלויפן אין געשעפטן און איך האב שוין היינט ב"ה א גוט באצאלט דזשאב, על כן זוך איך נישט אפילו צו בלייבן א שותף דערין. נישט איך קען ארבייטן דערפאר, און נישט איך קען שאפן דאס געלט. וואס יא? כ'קען, און איך וועל זיצן מיט יענעם און איבערגעבן פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו פירן דאס ביזנעס, און אויך בל"נ שטיין צו די האנט ווען אימער ס'פעלט זיך אויס.
דאס איז די וועבסייט ווי איר קענט זיך אביסל באקענען מיט די ביזנעס.
פאר מער אינפארמאציע קען מען קאנטאקטן ביי פאון אדער אימעיל דורך די וועבסייט.