בלאט 1 פון 1

וואס "נאך" קען מען טוהן אין קוויקבוקס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 05, 2009 7:23 pm
דורך reb yid
ווי באקאנט איז קוויקבוקס איינער פון די בעסטע פראגראמען צו האלטן פינאנציעל קאנטראל אויף א ביזנעס/קאסע.
מיין פראגע איז אויב מען קען אויך האלטן קאנטראל אויף די ארדערס/באשטעלונגען וכדו'?


כדי לסבר את האוזן וועל איך צו פארשטיין געבן מיט די פאלגענדע:
ר' חיים זיצט און זיין פראפערטי מענדזשמענט אפיס און רינג רינג... דער טעלעפון קלינגט... האלו כל כו מענעדזשמענט מיט וואס קען מען אייך העלפען?
יא, א גוטן טאג, דא רעדט שמואל פון די גאלדפארק עוועניו רעזידענט עס רינט אריין וואסער פון דאך אין די קליינע שלאפצימער, ווען קענט איר דאס קומען פיקסען?
עם... איך ריפ אייך שוין צוריק! - איך מיז קאלן מיין ארבייטער פרעגן אויב עס איז נאך דא פלאץ אריינצושטיפן נאך אן אפוינטמענט.
ווי איר פארשטייט קען אזא קאמפעני נישט צו לאנג פונקציאנירן - אויב ר' חיים ווייסט נישט וויפיל דזשאבס זיין ארבייטער האט האט ער נישט קאנטראל אויף זיינע ארדערס/דזשאבס, ווערט ער אויס פראפערטי מענעדזשער.
ולכן... איז מיין פראגע אזוי: אויב עס איז דא א אפשען אין קוויקבוקס וואו מען קען אריינסעווען אלע ארדערס וואס דארפען נאך געטוהן ווערן אין מען טשעקט עס ווען עס איז שוין ערלעדיגט. און נאכמער... אויב מען האט עס נישט ערלעדיגט ווייזט ער א ריפארט אז עס איז דא א אויטסטענדינג דשזאב טו בי דאן!

ביטע האטס רחמנות און ענטפערטס מיר! קאנטראל איז די שליסעל צו סאקסעס!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 05, 2009 11:43 pm
דורך שטרויזאק
יא!
מאך א סעילס ארדער, און ווען די ארבעט ווערט געטון מאך פון דעם סעילס ארדער אן אינוואויס. אזוי קענסטו אלעמאל זען די "אפען סעילס ארדערס."

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 3:52 am
דורך reb yid
ישר כח שטרויזאק פאר די עצה.
איז דא אבער א מעגליכקייט צו איינשטעלען אלע דשזאבס אויף א קאלענדער דהיינו: מאנטאג ארבייט מען ביי דוד דינסטאג ביי לוי מיטוואך ביי..... א.א.וו
אזוי זעהט מען דיגאנצע סקעדזשעל פאר זיך?
און אפילו מיט דיין עצה וואס טוה איך ווען נאכן מאכן די "אינוואויס" ריפט יענער קומענדיגן טאג אז עס איז נאך אלץ דא א פראבלעם און מען דארף צוריקשיקן די ארבייטער?
וויל איך נישט האבן א נייע ארדער/אינוואויס נומבער! איך וויל עס נאכאמאהל ארויפלייגן אזוי ווי א נייע ארדער מיט די נייע און אלטע אינפארמעישאן?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 11:00 am
דורך שטרויזאק
דו קענסט צולייגן אייטעמס אין די סעילס ארדער, אבער דו וועסט לכאורה מוזן מאכן אן עקסטערע אינוואויס.
דו קענסט נישט אינוואויסן א סעילס ארדער אויף אן עקזיסטירנדע אינוואויס.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 10:42 am
דורך שמיי_דריי
עקסעס איז זייער א גוטע פראגראם דערפאר...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 11:06 am
דורך שוועמל
לויט וויפיל איך ווייס איז טאקע קוויקבוקס נישט געאייגענט אזוי גוט פאר סערוויסעס.

אין עקסעס איז דא גאר גוטע געשריבענע פראגראמס דערפאר, פרעג דיך נאך ביי די היימישע פראגרעמערס.