בלאט 1 פון 1
פאסטעדזש
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 8:57 am
דורך שטרויזאק
איך זוך א פאסטעדזש קאמפעני וואס איך זאל קענען ארויספרינטן סטעמפס פון מיין פרינטער און דאס געלט זאל אויטאמאטיש גיין פון מיין קרעדיט קארד/באנק אקאונט.
עס איז דא פארשידענע צב"ש פיטני באוס און סטעמפס.קאם, האט איינער עקספיריענס וועלכע עס איז גוט/ביליג?
איז דא איינער וואס קאסט נישט חודש'ליך נאר וויפיל מען נוצט?
איז דא איינער וואס נוצט נישט קיין ספעציעלע פרינטער נאר איך קען נוצן מיין אייגענע פרינטער?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 1:46 pm
דורך היימישער איד
איך האב עקספירינס טאקע מיט די צוויי וואס די האסט אויסגערעכנט...
פיטני באס דארפ מען צאלן פער חודש רענט פאר די מאשין, צו דעם צו דארף מען צאלן סופלייס, דאס איז טינט פאר די מאשין מיט אזעלעכע צעטלעך אויב די ווילסט נישט פרינטן גראד אויפן ענוועלאפ. און אויך פאר א באקס וכדו'.
סטעמפ'ס דאט קאם, מען דארף נישט דינגן קיין מאשין, (מען פרינט מיט די אייגענע פרינטער) אבער זיי האבן א חודש'ליכע אפצאל פלאס סופלייס, וואס עס קומט אויס צו נוצן.
צו דעם דארף מען זיך אויסלערנען צו נוצן זייער פראגראם וואס מען מוז אינסטאלן.
מיין עקספיריענס: אויב מען האט נישט גענוג פאסט עס זאל זיך לוינען א מאשין וואס סעמפט אליינס פון פיטני באוס (כ'ווייס אפילו נישט וויפיל ס'קאסט) דאן לוינט זיך צו קויפן און פאסט אפיס ראל'ס סטעמפ'ס אין עס אנקלעבן אויפן קאנווערט. עס איז פיל פיל שנעלער אין ביליגער.
פאר גרעסערע זאכן קען מען נוצן
http://www.usps.com דארט קען מען פרינטן לעבעל'ס בחנם אין כסף, אבער חוץ סטעמפ'ס, דאס קען מען נישט פרינטן דורך זיי.
ביידע פון די אויבנדערמאנטע קאמפעני'ס האבן עפעס א פאליסי נישט אוועקצולאזן די קאסטומר'ס, סא אויב סיינט איר אויף פאר א פרי טרייעל זייט גרייט אויף א מלחה ווען ס'קומט די צייט פון קענסל'ן, זיי מאכן משוגע מיט אלע מינע טריק'ס אבי מען זאל נישט אוועקגיין פון זיי אפילו פאר איין חודש איז זיי ווערד.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 2:18 pm
דורך ביזנעסקאפ
פאר מען טוט סיי וועלכע ערענסטע גרעסערע 'מעילינג' איז ראטזאם זיך דורכצורעדן מיט איינער וואס האט עקספריענס דערין, אז נישט קען מען האבן גרויס שאדן, אזוי ווי עס וועלן מעיד זיין די וואס האבן זיך אליינס געפארעט. פאר גלענערע מעילינגס איז יא בעסער אליינס צו מאכן. איך פערזענליך האב אביסל עקספריענס אין די סארט זאכן, פאר סיי וועלכע פראגע שעמט אייך נישט צו פרעגן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 2:23 pm
דורך אונגארישער
u s p s .com
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 2:26 pm
דורך אונגארישער
יעצט זע איך אז היימישע איד האט עס שוין מזכיר געווען
תשואת חן לו
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 3:04 pm
דורך שטרויזאק
ייש"כ אבער איך רעד פון סטעמפס, און אויך נישט פון קיין גרויסע זאכן.
ר' ביזעסקאפ: וואס קען מען אזוי שאדן האבן?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 4:11 pm
דורך שוועמל
די שאדן איז פשוט, עס קאסט דיר א מאנאטליכע אפצאל + סופלייס.
אויב טוסטו טויזענטער מעילינגס א מאנאט עס זאל דיר לוינען דאן איז גוט, אויב נישט איז ארויסגעווארפן געלט חוץ אויב ביסטו א באקוועמער מענטש און ביסט גרייט צו צאלן דערפאר.
חוצמזה, ביי גאר אסך מעילינגס קען מען אלס האבן דיסקאונטס, מען ברויך האבן די נויטיגע עקספיריענס און קאנעקשאנס
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 4:37 pm
דורך ביזנעסקאפ
איך זעה אז שוועמל ענפערט שוין. אבער אפי' סטעמפס אויב ביסטו א ארגענעזאציע א מוסד וכדו' דאן קענסטו האבן פאר גאר ביליג. א ביזנעס קאסט שוין אבער, און אפי' די ביזנעס דיסקאנטס איז אויך נאר פאר גרעסערע מעילינגס.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 5:32 pm
דורך דאס בין איך
פאר איינער וואס שיקט באלק מעילינג איז דא זייער ביליגע פרייזן. איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס ארבעט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 8:13 pm
דורך שטרויזאק
איינער ווייסט עפעס וועגן
דיימא?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 6:03 pm
דורך געדולד
איך פלעג נוצן סטעמפס.קאם אבער מיט די צייט האב איך געזען אז גיין קויפן סטעמפס איז פיל ביליגער.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 9:49 am
דורך מי יודע
איך ס'איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אביסל דא אבער דאך וויל איך נאך אביסל קלארער ווערן
ווער עס קען העלפן למצוה גדולה יחשב
די מעלות פון סטעמפ.קאם ווייס איך שוין, דאס זאגט דאך די קאמפאני אליין
איך וויל אבער וויסן וואס זענען די חסרונות
זיי שרייבן אין ריזיג "נא ריסק" דעמאלטס וויס איך ס'איז צרות
בקיצור, נישט פאר ביזנעס, סתם מיינע צוואנציג חודש'ליכע ענוועלעאפס וואס איך שיק ארויס יעדן חודש לוינט זיך מיר דאס?
איך זיי געבן נאך א מאשין אויך צו קענען אפוועגן ווען ס'מאכט זיך מיר איינמאל א יאר צו שיקן עפעס א גרעסערע זאך, אנשטאט צו דארפן פארן אין פאסט אפיס קען איך עס אליין אפוועגן ביי מיר אינדערהיים און וויסן וויפיל ס'קאסט און תיכף פרינטן דעם סטעמפ
עני פראבלעם?
איז דא טשארדזשעס וואס זיי בעטן יעדן חודש? וויפיל איך האב פארשטאנען קאסט מיר עס גארנישט מער, איך דארף נישט מער ווי ארויספרינטן דעם סטעמפ און שוין
איז עס דען מער קאמפלאצירט ווי דעם
ווער עס ווייסט זאל ביטע ענטפערן
שכויעך
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 10:25 am
דורך הבל
ניין, עס לוינט נישט, סטעמפס.קאם האט א חודש'ליכע טשארדזש פון מינימום 9.99, פלאס די stamp sheets וואס מדארף קויפן (בערך 4 סענט א סטעמפ)
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 11:20 am
דורך מי יודע
איך פארשטיי נישט
ארבעט דאס נישט אז מען פרינט ארויס די סטעמפ פון קאמפיוטער סתם אויפן ענוועלעפ צו וואס?
און פארוואס זאגו זיי גארנישט אויפן פארשלאג צעטל אז דאס קאסט חודשליך, און פארוועם לוינט זיך עס יא אויב קאסט עס חודשליך
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 8:42 am
דורך CID
שטרויזאק האט געשריבן:איינער ווייסט עפעס וועגן
דיימא?
דיימא קען מען שיקן אן חודשליכער אפצאל נאר די חאפ איז אז מען דארף נאר קויפן זייער פרינטער פאר הונדרעט דאלער
איך מיין אז סארבעט נישט מיט בראדער

אדראבה ווער עס האט עקספריעס זאל ארויס העלפן
סאיז גראדע דא
www.endicia.com/Products/NoFee/
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 1:44 pm
דורך בנימין הלוי
געהערט א צייט צוריק אז stamps.com גייט אויסקויפן Endicia פאר 215 מליון