בלאט 1 פון 4
פרייזן פון טייפן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 11:14 am
דורך קרעמער
איינער ווייסט אפשר וויפיל טייפסעטערס בעטן היינט פארן אויפטייפן א פייל?
(איז א פייל 10,000 קערעקטערס?)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 12:03 pm
דורך שניאור אייזיקאוויטש
$25 א פייל, איז די אנגענומענע פרייז אין די אמעריקאנע גאס.
(יאפס 10,000 קערעקטערס רופט זיך פייל)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 12:34 pm
דורך קרעמער
יישר כח גדול ר' שניאור.
איז דא א כלל לגבי צי מען רעכנט אריין "ספעיסעס" אין די פרייז? (לכאורה דארף מען עס יא רעכענען, ווייל דאס איז פאקטיש אויך א קלאפ מיטן פינגער)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 12:43 pm
דורך טייפיסט
איך טייפ פאר ווייניגער ווי $25, פאר מער פרטים ווענדט זיך אין פרטי
א ספעיס ווערט פאררעכנט ווי א קערעקטער
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 4:59 pm
דורך פארצייטישע
$25 איז טאקע אנגענומען, אבער מ'קען טרעפן פאר אזוי ביליג ווי 18 דא אין אמעריקא, עס קען זיך אויך זייער ווענדן ווי גרויס די דזשאב איז, און אויך אויב די ווערטער זענען געשריבן אדער געטייפט, אדערר א אלטע ספר, איך האב שוין געהערט פון איינער וואס האט גענומען $35 פאר א פייל ווייל יענעמ'ס כתב איז געווען זייער שווער צו ליינען. (אנדערע נעמען ביי אזא פאל, - וואס די כתב איז שווער צו ליינען - לויט די שעה)
אין ארץ ישראל איז עס נאך ביליגער (אבער עס קען זיין א גרויסע קאפווייטאג צו שיקן די ארבעט קיין ארץ ישראל, הן מצד די שעות וואס זענען אנדערש און בכלל די קאמיוניקאציע איז זייער שווער, איך רעד פון עקספיריענס)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 5:09 pm
דורך שמן זית
איך בין גרייט אנצונעמען טייפינג JOBS ווימ אויך ANY COMPUTER JAB
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 5:15 pm
דורך טייפיסט
וכן אני מצטרף אנצונעמען טייפינג דזשאבס
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 6:23 pm
דורך גרונם
גם אני הקטן מצטרף... ספעשל ביליגע פרייז פאר חברי הקרעטשמע. (12 א פייל).
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 11:10 pm
דורך אזוי נארמאל
איך פארשטיי אייך נישט!
פארוואס ווילט איר צונעמען מר. קרעמער'ס דזשאב?!
ער האט נאר געפרעגט די פרייז. (וואס ער זאל בעיטן) אין איר שארפט זיך שוין די ציין?!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 1:02 am
דורך קרעמער
אזוי-נארמאל;
אדרבה, זאלן אסאך אידן מאכן פרנסה.
עס איז בכלל נישט מיין ליין - ווען יא וואלט איך דאך געוואוסט די פרייזן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 3:08 pm
דורך bilke
מעןהאט אמאל געקענט בעטן $27 אויך
א רחמנות, אזויפיל יודען זיכען פרנסה אז די מארקעט פרייז פאלט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 5:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואס גייט דא פאר? איך האב געטייפט פילע ארטיקלען מער פון 10,000 קערעקטער'ס, דא אין קרעטשמע, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז מ'צאלט פאר דעם!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 5:15 pm
דורך איך_הער
מ'קען דיר נאך יעצט זאגן?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 7:54 pm
דורך אזוי נארמאל
וויכטיג מאכער
כ'האב געמיינט ביז יעצט אז 'די' גייסט באצאלן!
דריי זיך ביטע נישט ארויס.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 8:26 pm
דורך קרעמער
ביטע זיך האלטן צום טעמע.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 8:58 pm
דורך שוועמל
זי לעבט שוין נעבעך נישט.
לע"נ טעמע זופניק ע"ה.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 9:02 pm
דורך סתם_אזוי
שוועמל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 9:51 pm
דורך אזוי נארמאל
ווילסט טייפן לעי"נ מרת טעמע? אדער ס'איז סתם אזוי גערעדט.
(דאס איז שוין די טייפן טעמע ע"ה!)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 11:04 am
דורך בןהרחמן
גרונם האט געשריבן:גם אני הקטן מצטרף... ספעשל ביליגע פרייז פאר חברי הקרעטשמע. (12 א פייל).
דו נעמסט אן באצאלונגען דורך PAYPAL?
פארעפענטליכט: שבת מרץ 07, 2009 10:51 pm
דורך קרעמער
סתם פאר אינטערסאנטקייט, א פראגע פאר די טייפסעטערס: וויפיל קערעקטערס קלאפט איר אין א דורכשניטליכע שעה?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 12:44 pm
דורך ווארד2007
איך ווער נבהל ונשתומם וואסערע פרייזן דא דרייט זיך נישט מיר נישט דיר פאר טייפן, איך ווייס א מאקיסמום פרייז פון 18 דאלאר פער 10 טויזענט קערעקטערס, כ'האב שוין געטראפן פאר 12 דאלאר ביי בעגינערס.
לעצטענס האט מיר א חבר וואס איז אסאך עוסק אין ספרים מיר דערציילט, אז ער האט געטראפן א אינגערמאן א היימישער מאנ"ש (נישט פון קרעטשמע) וואס נעמט אזוי ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן 10 דלאר פער 10000 קערעקטערס, אזוי ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן, ער רעכנט לויט שקלים און קאנווערט עס אויפן דאלאר, אבער אין די רענדזש.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 8:19 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אין ווארד 07..., אבער איך, מיט ווארד 03, פלעג זייער שווער טרעפן פאר 18 דאלער. רוב זענען געווען טייערער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 8:42 pm
דורך שמן זית
איך האב לעצטענס געזען אין קרית יואל אין די בתי מדרשים אדווערטייזט איינער וואס נעמט אן טייפינג, איך האב אים אנגעקאלט פרעגן פרייזן, הערנדיג די שטוינענד ביליגע פרייזן, האב איך נישט געטראכט קיין צוויי , איך האב גענומען מיינע צעטליך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט אפטייפן אבער איך קום נישט אן, איך האב אים עס געגעבן צו טייפן ער האט געמאכט פאר מיר א גוטען דזשאב מיט שנעלע סערוויס, ממש אומגלויבליך פאר דעם פרייז,
ער בעט 12 דאללער פאר צען אלפים אותיות
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 9:33 pm
דורך לחיים ולברכה
קוקט אויס אז מיט ווארד 2007 איז דאס טאקע ביליגער....
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 9:58 pm
דורך למעלה משבעים
קרעמער האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, א פראגע פאר די טייפסעטערס: וויפיל קערעקטערס קלאפט איר אין א דורכשניטליכע שעה?
איך מאך בערך צווישן 15,000 און 16,000. עס איז שווער צו זאגן א כלל אין דעם, ווייל עס ווענד זיך און אסאך זאכן, למשל ווי אויסגערוהט מען איז, ווי פויל.... וכדומה.