בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 1:25 pm
דורך טייפיסט
CID האט געשריבן:ווער עס איז נאך גרייט צו טייפן א ספר פאר א גיטע פרייז ביטע זיך מעלדן
ביטע ווענדט זיך צו מיר אין אישית
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 8:46 am
דורך מוטשע נישט
וויאזוי לויפן די פרייזן אויף מנקד זיין? איך האב באקומען א פרייז אין אר"י פאר $3 יעדע 1000 נקודות. איז דאס ביליג? טייער?
(יענער נעמט געווענטליך $2 יעדע 1000 נקודות, אבער פארן טייפן די אותיות און אויך אז דאס איז שווערע ווערטער פון פיוטים וויל ער נעמען מער)
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 2:55 pm
דורך CID
משה קאפויער האט געשריבן:CID האט געשריבן:ווער עס איז נאך גרייט צו טייפן א ספר פאר א גיטע פרייז ביטע זיך מעלדן
שוין איבער א וואך וואס איך האב דיר געשיקט א אישית, אבער ווי איך זעה האסטו עס נאך נישט געליינט.
איך האב באקומען אסך ריפלייס איך ווייס נישט וועם צו נעמען
אדרבה מען בעט די עולם זאל זיך מעלדן וויפיל מען בעט
מען רעדט דא פון אותיות מריבעת - קען זיין מען קען עס מאכן אויף ליגעטאר איך האב עס אויף פי די עף (נאר עס טאר נישט האבן מער ווי 8 טעותם אין 10000 קלאפעס)
לכאורה קען מען אלעס אלעדיגן אויף אימעל
- איך שיק א פי די עף
- מען שיקט די געטייפטע
- בצאלט אויף פע פאל
הצלחה
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 5:11 pm
דורך מוטשע נישט
אויב די האסט עם אין פי.די.עפ דאן פארוואס קאנווערטסו דאס נישט צו טעקסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 6:18 am
דורך שמן זית
נא איך בין גרייט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 2:49 pm
דורך פארצייטישע
מיין בני בית שיחי' איז גרייט צו טייפן פאר זייער א גוטע פרייז אידיש ענגליש און לשה"ק (הגם זי האט נישט געלערנט אין ישיבה, האט זי ב"ה נישט קיין פראבלעם מיט טייפען לשה"ק אפילו פון א שווערע כתב יד).
אויך קען זי טייפן ענגלישע דרשות פון א טעיפ אדער סי.די.
ביטע זיך פארשטענדיגן אין אישי, אדער שיקן אן אימעיל צו
fartzatishe@gmail.comיישר כח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 3:25 pm
דורך תרנגול
וואס זענען אירע פרייזן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 3:32 pm
דורך פארצייטישע
נארמאל איז $22 א פייל, אבער פארשטייט זיך אז גרעסערע דזשאבס איז ביליגער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 3:34 pm
דורך יקותיאל
וואס מיינט קלארער א פייל- וויפיל אותיות?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 3:37 pm
דורך תרנגול
א פייל געווענליך איז 10,000 קערעקטערס (קוק אין פריערדיקע תגובות)
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:33 pm
דורך בחורהזעצער
עס איז נישט ערלויבט צו אדווערטייזן אן רשות פון די באהערדע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 7:47 pm
דורך ארט אפישעל דיזיין
ביליגע טייפערס ביטע זיך מעלדן אין אישי.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 11:24 pm
דורך בחורהזעצער
איינער ווייסט פון א ביליגע טייפיסט אין אלט ווילי? ביטע זיך מעלדן אין אישי אדער אין דעם אשכול.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 11:48 am
דורך פישל
וויפיל איז דער פרייז וואס מען צאלט פאר טייפן דרשות פון טעיפס?
כ'האב איבערגעליינט דעם גאנצן אשכול און דאס ווערט נישט דערמאנט
בתודה למפרע, פישל
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 12:33 pm
דורך דרךהמלך
ווארט ביי ווארט?, איך מיין אז די פרייז איז פער שעה, כל אחד לפי מדריגתו
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 2:03 am
דורך אליקים געציל
דער אשכול רעדט פון דעם ענין (אבער קיין פרייזן ווערן דארט נישט דערמאנט).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 9:50 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'איז דא וואס גייען פער קערעקטערס און ס'איז דא וואס גייען פער שעה.
די וואס גייען פער קערעקטערס בעטן געווענדליך צווישן 50 און 100 טאלער פער צען אלפים קערעקטערס (געוואנדן אין ווי קלאר אדער אומקלאר די טעיפ/סידי איז, אדער אין ווי שנעל די דזשאב דארף געפערטיגט זיין).
און די וואס גייען פער שעה בעטן געווענדליך צווישן 20 און 60 פער שעה (געוואנדן יעדער לויט וויפיל ער האלט אז ס'לוינט אים די ארבעט און אזוי אויך איז עס געוואנדן אין הנ"ל).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 9:59 am
דורך פישל
יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 10:00 am
דורך ק.נ.א. וועטער
איך האב פארגעסן צוצולייגן איין זאך אז רוב מאל קומט אויס ביליגער ווען מ'גייט לויט קערעקטער'ס - איך רעד פון עקספיריענס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 5:13 pm
דורך לכאורה
פישל האט געשריבן:וויפיל איז דער פרייז וואס מען צאלט פאר טייפן דרשות פון טעיפס?
כ'האב איבערגעליינט דעם גאנצן אשכול און דאס ווערט נישט דערמאנט
בתודה למפרע, פישל
בערך 40 א שעה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 4:18 pm
דורך פישל
רבותי! ווער איז גרייט צו טייפן?
איך פארמאג א שלל פון רעקארדירטע דרשות, אינטערוויוס אא"וו, ואין פוטה פה ומטפטייפ. אויב זענט איר גרייט דאס צו טוהן פאר א ריזענעבל פרייז, ביטע קאנטאקט מיך אין אישי
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 2:17 pm
דורך שואלכענין
וויפיל רעכנט מען פער פייל, צו אפטייפן פון לשון קודש צו אידיש (דהיינו, ליינען פון לשון קודש און עס גראד טראנסלעיטן צו אידיש און טייפן גראד אידיש)?
איך רעד פון א היבשע ארבעט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 2:20 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
כפי ידיעתי איז דא וואס גייען אויף די שעה, און ס'דא וואס גייען אויף די קערעקטערס (א פעני פער קערעקטער או יותר).
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 3:55 pm
דורך זאל ער קומען
ס'גייט אויף די שעה. אבער היות אז דער וואס לייגט אריין מער אין די שעה, בעט מער אויף די שעה…. קומט אויס די זעלבע פרייז געווענליך, דער חילוק איז נאר ווי שנעל דו קענסט עס באקומען.
ביי דרשות איז אבער אויך נאך אפאר פאקטארן:
1. ארויסנעמען די עמ'ס, אה'ס און יא'ס און 'קומט אויס'ס, 'זאגט ער'ס וכו'.
2. ארויסנעמען שוין ביים ערשטן מאל טייפן דאס איבערגעזאגן די זעלבע זאך דריי-פיר מאל. (וואס לגבי קערעקטערס ווערט עס ווייניגער… אבער ס'איז ווערד מער).
3. צוהאקן די דרשה לפי הענינים מיט קעפלעך.
4. די קלארקייט פון די רעקארדינג ווס. די קלארקייט פונעם בעל דרשן, ווס. די קלארקייט פונעם תוכן (…). ס'דא אומקלארע רעקארדינגס, און ס'דא וואס די רעקארדינג איז גוט, אבער דער בעל דרשן איז זייער הייזעריג אדער רעדט זייער שטיל, און ס'איז דא וואס מ'הערט זייער גוט, אבער ס'איז נישטא וואס צו הערן… ער רעדט פון הוט ארויס…
געווענליך ביי א גוטן רעדנער מיט א גוטע רעקארדינג - דארף ביים מאכן גוט'ן דזשאב (נומער 1 און 2 און 3) נעמען אומגעפער דריי שעה טייפן פאר יעדע שעה רעדן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 3:57 pm
דורך זאל ער קומען
פון לשה"ק צו אידיש אדער פארקערט איז נישט קיין טייפן דזשאב. ס'איז טראנסלעישן.
מ'דארף אויך טייפן, אבער די דזשאב איז נישט דער קיבאורד נאר דער מוח.
איינער וואס טוט עס געבעיסד אויף קערעקטערס טוט געוונליך א שוואכע דזשאב. כפי ידיעתי.