בלאט 1 פון 1

קוויק בוקס ווענדאר שאלה

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 8:52 pm
דורך חכם מחוכם
איך האב א ווענדאר וואס שיקט מיר נישט קיין געהעריגע בילל איך וויל אבער האבען פאר מיינע פאפירענע רעקארד'ס א געהעריגע בילל וויפיל איך האב געצאלט, ממילא וויל איך ארויספרינטען פון מיין קוויק בוקס די ווענדאר בילל וויאזוי איך לייג עס אריין למעשה איז אבער נישט דא קיין אפשען פון פרינט, איז דא א מעגליכקייט אויף א אנדערע וועג עס
ארויסצופרינטען ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 10:24 pm
דורך שוועמל
איך מיין אז ס'יז נישטא אזא זאך ווי פרינטן א ביל, וויבאלד דו האסט דאך שוין פונעם ווענדאר די אינוואויס.

מען קען אבער פרינטן רעפארטס פונעם ווענדאר

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 10:29 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'ווייס אז ס'איז נישט פשוט. אבער ס'איז דא אן אומוועג דורך די רעפארטס.

גיי צו ווענדאר סענטער, סעלעקט די ווענדאר, רייט קליק אויף עני ביל, קליק צו קוקן אלץ א רעפארט. דערנאך גיי צו מאדיפיי רעפארט, און סעלעקט וואס דו ווילסט זאל אלץ ארויסקומען אויפ'ן רעפארט און פרינט.

אופס... שוועמל האט מיך אויסגעכאפט. הצלחה.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2009 12:22 pm
דורך AbiYiddish
לחיים, א רעפארט האט אבער נישט אלע דיטעילס וואס איז דא ביי רעסיווד בילס.

אויף סתם צו האבן א פרינטעד קאפי פון די ביל וואלט איך פארגעשלאגן צו ניצן 'פריט סקרין' - און אזוי ווי ווארום האט געשריבן אויף אן אנדערע פלאץ אז ווען מ'דריקט ALT מיט 'פריט סקרין' נעמט עס נאר די ווינדאו - און פרינטן אין ווארד.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2009 1:12 pm
דורך שטרויזאק
דו קענסט מאדיפייען די רעפארט עס זאל אלעס ווייזן.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 10:10 am
דורך AbiYiddish
גערעכט, נישט געטראכט דערפון.

איך וואלט אבער נאך אלץ געניצט מיין עצה, ווייל ווען דו ברענגסט ארויף אלע דיטעילס וואס דו ווילסט ווייזט עס אויף יעדע ליין אייטעם אלע דיטעילס פון די כלליות'דיגע אינפארמאציע פונעם ביל. אויך איז די ענטער בילס ווינדאו אויסגעשטעלט מער ענליך צו א ביל.

די ריכטיגע וועג איז אבער ווארשיינליך יא מיט א ריפארט, קוויק בוקס וואלט דאס פארגעשלאגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 4:54 pm
דורך שטרויזאק
קענסט אויך מעמארייזן די רעפארט אויב אזא פראבלעם מאכט זיך אפט