בלאט 1 פון 1

איך זיך א היימישע ארנטליכער עקספארטער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 10:00 am
דורך rabshi
איך זיך א היימישע ארנטליכער עקספארטער וואס מ'קען האנדלען און געטרויען.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 12:42 pm
דורך שוועמל
דו רעדסט פון קאנטעינערס?

לאמיר זיך מער ערקלערן

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 2:06 am
דורך rabshi
איך געפין זיך אין א"י און וויל אימפארטירן קיין א"י געוויסע זאכן. איך זיך א היימישער ארנטליכער עקספארטער וואס זאל מיר אלעס ערלעדיגען אין אמעריקע אויף צו ארויסשיקען קיין א"י.

איך זיך צו אימפארטירן בעיקר ברענד נעים וועש און בגדים.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 11:09 am
דורך שוועמל
איז דאס אן איינמאליגע זאך, אדער דאס איז א כסדר'דיגע ביזנעס?
דו זוכסט איינער וואס זאל טון אלעס פאר דיר? למשל ארומפארן צוזאמקלייבן די סחורה, איינפאקן, אפליפערן וכו'. אדער ער דארף בלויז שאפן א גוטן ליפערונג סערוויס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2009 1:45 am
דורך rabshi
דאס איז א כסדר'דיגע ביזנעס. On a regular basis.

איך זיך איינער וואס זאל טון אלעס פאר מיר. למשל באשטעלען די סחורה, איינפאקן, אפליפערן וכו'.

יישר כח פאר אלע וואס זענען זיך משתדל צו העלפן.

דאס האב איך געשריבען פאר איינעם אין פריוואטע הודעות

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:12 am
דורך rabshi
איך האב א dry-goods ריטייל סטאר אין ארץ ישראל. איך וויל דא פארקויפן פארשידענע גוטע קוואליטעט און brand name זאכן וואס דא איז נישט דא אויף צו פארקויפן ביי מיר אין סטאר און אויך פארקויפן די זאכן אויף האלסעיל פאר אנדערע סטארס.

דער עקספארטער וועט דארפן באשטעלען די זאכן פון די suppliers און אפליפערען קיין ארץ ישראל.

איך פארשטיי נישט וואס טוט זיך אין אמעריקע. דא אין א"י איז דא אסאך עקספארט קאמפאניס. אין אמעריקע איז נישט אזוי?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:49 pm
דורך לחיים ולברכה
ניין. אין אמעריקא איז נישט שטארק די עקספארט ביזנעס, נאר בעיקר די אימפארט ביזנעס, ווייל ס'קומט אויס אסאך ביליגער צו אימפארטירן פון אנדערע לענדער ווי צו פאבריצירן אין אמעריקא. די סיבה; אין אנדערע לענדער, ווי אר"י, כינע וכדו', צאלט מען זייער ביליג פער שעה פאר ארבייטער אינעם פאבריק, משא"כ אין אמעריקא.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 10:37 pm
דורך שוועמל
לחיים דו רעדסט פון 'אימפארט' וואס מיינט אריינברענגען.
ראבשי רעדט פון 'עקספארט' וואס מיינט ארויספירן סחורה.

אין אמעריקע איז דא פול מער אימפארט ווי עקספארט וויבאלד מען פאבריצירט אין אנדערע לענדער דערנאך ברענגט מען עס אריין.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 10:41 pm
דורך לחיים ולברכה
נו? און וואס האב איך געשריבן? כ'האב טאקע פאראכטן א ט"ס, אבער דער טעות האט נישט אוועקגענומען פונעם מכוון.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 10:44 pm
דורך שוועמל
טאקע יענעם ט"ס האב איך געמיינט, אז ס'יז פארראכטן אידאך גוט...

אז ס'יז גוט אידאך אוואדע גוט......... וואס שייך צו זאגן