בלאט 1 פון 1

קוויקבוקס: וועלכע סארט אייטעם דארף איך נוצן?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 11:16 pm
דורך בן יועזר
לאמיר זאגן איך פארקויף בענקלעך, איך וויל אויפסעטן א אייטעם פאר מיינע בענקלעך.
איצט איז מיין שאלה, וועלכע טייפ איז דאס?
ס'איז דא אזוי:
service
non inventory
other charge
subtotal
group
discount
payment


אויך וויל איך האלטן חשבון פון די אינווענטארי פון די בענקלעך, וויאזוי טוט מען דאס?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 11:37 pm
דורך שטרויזאק
קודם דארפסטו עקטיוועיטן אינווענטארי ביי
עדיט>פרעפערענצעס>אייטעמס ענד אינווענטארי (קאמפאני פרעפערענצעס טעב)
טשעק די באקסל ביי "אינווענטארי ענד פארטשעס ארדערס אר עקטיוו".

נאכן דעם דארפסטו אויפסעטן דיינע בענקלעך אלץ אינווענטארי אייטעמס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 10:40 pm
דורך בן יועזר
גרינג ווי שטרוי - ממש א מחיה - שכח פאר דיין הילף

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 11:11 pm
דורך שטרויזאק
זייער גערן

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:47 pm
דורך jkup50
איך האב פראבירט צי זיכן אויב מרעד דערפון אבער כמיין אז נישט אויב יא ואתכם הסליחה
קען מען אריין לייגן איין אייטעם נאמבער אבער עס זאל האבען פארשידנע סייזעס אין אזוי אויך אויף די זעלבע אייטם נאמבער פארשידינע קאלערס?
אז איך וועל אריין לייגען אין אזוי אויך זיכן אין אינווטארי זאל איך נישט דארפן מאכען א יעדע סייז און קאליר פאר א עקסטרע אייטם נאמבער

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:36 pm
דורך ווינקל
סוב אייטעמס מיינסטו?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:42 pm
דורך jkup50
ווינקל האט געשריבן:סוב אייטעמס מיינסטו?

וואס מיינט דאס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:51 pm
דורך ווינקל
מ'קען צולייגן צו יעדע אייטעם אזוי ווי א סוב. sub.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:09 pm
דורך jkup50
נישט געכאפט !
איך וויל האבן איין סטייל העמד לאמיר זאגען אבער אפאר סייזעס און סזאל נישט דארפן זיין א אנדערע אייטם נאמבער. אזוי אויך זאל איך קענען סירטשן ביי סייזעס

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:28 pm
דורך ווינקל
ווינקל האט געשריבן:מ'קען צולייגן צו יעדע אייטעם אזוי ווי א סוב. sub.

זע בילד. אגב, נישט רעקאמאנדירט צו ניצן אידיש אין קוויקבוקס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:38 pm
דורך jkup50
לאמיר פראבירן
ווזי מאכט מען עס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:43 pm
דורך ווינקל
ווען דו מאכסט א אייטעם, איז דא א אפציע מיט א טשעק באקס 'סוב', און קענסט אריינלייגן אונטער וועלכע אייטעם עס זאל זיין.
די קליינע דיימאנט באקסעלע לינקס פון יעדן אייטעם קען מען שלעפן אריין און ארויס, עס זאל ווערן א סוב, אדער אויס-סוב.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 3:04 pm
דורך שמיי_דריי
סוב אייטעמס קענען ארבייטן. אבער עס איז זייער א פאצארישע וועג, ווייל ער וועט האבן פאר יעדע סטייל זייער אסאך סייזעס און יעדע איינס וועט ווערן אן עקסטערע אייטעם. ווען עס וועט קומען צו קריעטען אינוואיסעס, ביללס, א.ד.ג. וועט עס אים נעמען א יאר מיט א מיטוואך צו טרעפן די ריכטיגע אייטעם. איבערהויפט ווען מען קען נישט מאכן אן אינוואויס נאר דורכן אייטעם נאמען און נישט דורכ'ן נומער.

אין זייער פי או עס (POS) האבן זיי יא סאך מער אפציעס פאר די זאכן זינט עס איז געבויעט אסאך מער פאר אינווענטארי ביזנעסער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 12:54 pm
דורך ניק ניק
שמיי_דריי האט געשריבן:סוב אייטעמס קענען ארבייטן. אבער עס איז זייער א פאצארישע וועג, ווייל ער וועט האבן פאר יעדע סטייל זייער אסאך סייזעס און יעדע איינס וועט ווערן אן עקסטערע אייטעם. ווען עס וועט קומען צו קריעטען אינוואיסעס, ביללס, א.ד.ג. וועט עס אים נעמען א יאר מיט א מיטוואך צו טרעפן די ריכטיגע אייטעם. איבערהויפט ווען מען קען נישט מאכן אן אינוואויס נאר דורכן אייטעם נאמען און נישט דורכ'ן נומער.

אין זייער פי או עס (POS) האבן זיי יא סאך מער אפציעס פאר די זאכן זינט עס איז געבויעט אסאך מער פאר אינווענטארי ביזנעסער.

מה זה POS?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 1:23 pm
דורך אַבּערוואַס
פוינט אף סעיל, דאס וואס געשעפטן נוצן פארן קעשיר, אינטואיט האט איינס וואס ארבעט ווי א עד-אן צו קוויקבוקס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 1:33 pm
דורך ניק ניק
יישר כח.