בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2009 12:02 pm
דורך AbiYiddish
זייער אינטערעסאנט, גוט און סימפל אראפגעלייגט, בא'טעמ'ט צו ליינען.

דו קוקסט מיר נישט אויס צו זיין אזוי גרויזאם.

קיפ אן די גוד ווארק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 12:46 pm
דורך צווענגל
שלום עליכם הרב גרויזאמער

א וואונדערבארע ארבעט אראפגעלייגט און נאך מער וואונדערבאר איז די איידיע פון דעם אינגערמאן וואס האט געמאכט געלט דורך גוגל
גם אני מצטרף לבקשת אזוי נערמאל ארויסצברענגן מער דאטאלען וויאזוי ס'ארבעט די גאנצע סיסטעם און אזוי אויך פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט די רענקגינג סיסטעם

מיר וועלן דיר אלע דאנקבאר זיין

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 1:53 pm
דורך פוילישער
יעצט געליינט, א וואונדערבארער ארטיקל ר' גרויזאמער, גוטע פוינטס און צו דער זאך. ישר כח.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:46 pm
דורך שטערן זעהער
שלום עליכם!

קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר גרויזאמער פאר דיין מעכטיגע ארטיקל.

גרויזאמער האט געשריבן:גוגל האט א כלי וועלכע ערלויבט צו וויסן וויפיל זוכערייען מענטשן זוכן אויף ווערטער, למשל איך קען אין איין רגע געוואויר ווערן וויפיל מענטשן עס האבן געזוכט satmar אויף גוגל דעם לעצטן יאר, און די דורכשניטליכע סורטש דערויף פער חודש. דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז ווען איך וויל פארקויפן אויפן אינטערנעט סיי וואס קען איך פארדעם געוואויר ווערן וויפיל מענטשן זוכן עס באמת אויפן אינטערנעט. ממש א מציאה! איך האב שוין א האלבע שטודיע כשולחן הערוך.

דא איז די לינק: https://adwords.google.com/select/KeywordTool מען דארף האבן אן עדווארדס אקאונט ביי גוגל, וועלכע איז געמאכט זיך צו אדווערטייזן אויף גוגל.

דערציילט מיר א אינגערמאן אז ער האט זיך היפש ארומגעשפילט מיט דעם כלי, געזוכט און געזוכט, און אויפגעקומען מיט א ווארט וועלכע עס זענען פארהאן בערך 90 טויזנט סורטשעס דערויף א חודש! די מעלה פון יענע ווארט איז געווען אז עס האט נאכנישט געהאט קיין רעגיסטרירטע דאמעין נאמען. למשל די ווארט איז געווען computer און computer.com איז נאך געווען עוועילבל. האט ער געקויפט דעם דאמעין נאמען, און געפענט א שטיקל וועבזייטל דערויף, נאך אפאר וואכן איז ער שוין ארויפגעקומען די ערשטע ווען איינער האט געזוכט computer, (ער האט געדארפט ארבעטן אויף די רענקינג, דאס איז א סוגיא פאר זיך) ער האט זיכער געמאכט די קעפל זאל זיין צוציענד, און אינעווייניג האט ער געלייגט אינטערסאנטע אינפארמאציע פון קאמפיוטערס. ער האט ארויפגעלייגט אויפן זייטל גוגל אווערטייזמענטס וועלכע צאלט פאר דעם בעל האתר פאר יעדן קליק וואס א מענטש געבט דערויף (בערך 25 צענט, הכל לפי העד). און ער האט טויזנטער וויזיטער און הונדערטער קליקערס וועלכע ברענגט אים אריין א שיינע הכנסה.

דאס איז אבער געווען א חסידישע ווערסיע פון גרינגע געלט, אבער פון א פשוט'ן שכל הישרדיגע וועג. ער האט געוואוסט אין וועלכע עסק ער לאזט זיך אריין, ער האט געוואוסט וויפיל מענטשן עס אינטערסירט באמת דעם נושא (ביטע מיך נישט פרעגן מער פרטים פון דעם ספעציפישן וועבסייט).


איך וואלט דיר געוואלט זייער שטארק בעטן אויב ס'איז מעגליך מער מרחיב צו זיין בדיבור בנוגע דעם גוגל עדווארד'ס און וויאזוי ס'ארבעט און וויאזוי מ'קען מאכן געלט דערויף אדער עכ''פ א לינק ווי איך קען פונקטליך זעהן וויאזוי דאס ארבעט איך האב שוין געפענט אן אקאונט ביי גוגל עדווארד'ס איך ווייס אבער נישט פוקטליך אויף וואס צו פאלקאסן ס'איז כמים שאין להם סוף איך דארף בערך דירעקשענס אויף וואס איך זאל סערטשן און וואס איך טו נאכדעם און אויף וואס נאך איך דארף ארבעטן ס'קוקט מיר אויס טאקע ווי נישט אזא גרינגע ארבעט אבער ס'קוקט מיר אויס סוף כל סוף ווי א וואן טיים אינוועסטמענט איך וועל מיר איינמאל גיט אנפלאגן דערנאך וועל איך האבן א שיינע הכנסה - ווי למשל וויל איך פארשטיין וואס ס'מיינט ארבעטן אויף די רענקינג און אזוי אויך למשל איך האב געטראפן א ווארט וואס ס'יאיז דא איבער 3 מיליאן סערטשעס א חודש דערויף איך האב געטרפן כמעט ענדליך צו דעה ווארט א נאמען וואס ס'איז נאכנישט דא קיין וועב סייט דערויף (דאס האב איך טאקע אויך געוואלט וויסן פון ווי ווייס איך אז קיינער האט עס נאכנישט געקויפט ס'קען זיין אפילו ס'איז נישטא קיין סייט דערפון האט עס שוין אבער איינער געקויפט דאכצעך אז ביי גא דעדי קען מען עס וויסן אדער אפשר איז דא א בעסערע פלאץ ווי מ'קען עס וויסן) במילא פארשטיי איך נישט די גדולה פון דעם אינגערמאן וואס האט געטראפן א ווארט פון 20 טויזענט סערטשעס א חודש ס'איז ממש א געלעכטער איך זאג נישט אז מ'קען נישט מאכן געלט דערפון אבער אויב שוין זיך יא אריינלייגן און דעם נושא זאל שוין זיין א פעט ביינדעל און אזוי אויך האב איך געוואלט וויסן אלע זאכן וואס איך דארף אלץ צו וויסן דערפון אדער ווי איך קען עס וויסן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 7:01 pm
דורך ידיד
גרויזאמער האט געשריבן:עס איז א נושא וועלכע מוז אויסגעשמועסט ווערן אין די שפאלטענעס פון אונזער אויסגאבע (א"ה: דאס איז געשריבן אין קעיס אן אויסגאבע וויל עס קאפירן 

ניבא ולא ידע מה ניבא...