בלאט 1 פון 1
פראגע ביים ענטערן בילס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 1:33 pm
דורך געזונטהייט
העלאו טייערע פריינט.
ווען איך עפן ביי קוויק בוקס די ווענדערס אפטיילונוג און איך עפן אויף "ענטער בילס" און איך לייג אריין די "ווענדער" וועמען איך וויל בילן, קומט שטענדיג ארויף די אינהאלט פונעם לעצטן ביל. ביז דערווייל מעק איך עס אויס, און איך שרייב אריין די נייע. איך גלייב אבער דאס איז נישט די ריכטיגע וועג. קען מיר איינער אפשר העלפן דערמיט?
א גרויסן ישר כח פון פאראויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:52 pm
דורך שוועמל
Go to
Edit >
Preferences >
General Tab
and uncheck at "Automatically recall last transaction
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 3:04 pm
דורך געזונטהייט
א גרויסע שכח, מיר האבן עס געטון און עס ארבייט ב"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 3:29 pm
דורך שמן זית
אז דו מעקסט אויס די בילס קענסטו דערנאך נישט מאכן קיין TOTAL VANDOR BALANCE TOTAL ACCONTS PAYBLE TOTAL EXPENSE ETC
און אויב דו האסט נאך נישט באצאלט די אלטע ביל ווען עס קומט צו PAY BILLS קענסטו נישט SELECTEN די אלטע ביללס צו באצאלן
ווי אויך די גאנצע אויפטוה פון נוצן QUICK BOOKS איז נאר כדי סוף יאר זאלסטו האבן א חשבון פון אלע מיני EXPENSES און אלע מיני
INCOMES וויפיל NET וויפיל CASH BASSIS און וויפיל ACURREL BASIS אז נישט וואס האסטו אויפגעטון?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 4:08 pm
דורך שוועמל
ווער רעדט דא פון אויסמעקן בילס רבונו של עולם?
מען רעדט דא צי ס'זאל צוריקקומען אויטאמאטיש די לעצטע טראנזאקציע ווערן מען שטעלט אריין עפעס פאר א ווענדאר אדער קאסטומער.
די אפציע ווערט באנוצט למשל אויב ווילסטו מאכן אליין פעיראל לייגסטו איינמאל אריין די אלע סארטן טעקסעס וואס גייען אראפ וכדומה דאן שפארסטו די ארבייט פון נאכאמאל אריין שטעלן ווייל עס קומט אויטאמיש ארויף. אבער סתם פאר בילס און אינוואויסעס פעלט עס נישט אויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:36 am
דורך שוועמל
געזונטהייט האט געשריבן:העלאו טייערע פריינט.
ווען איך עפן ביי קוויק בוקס די ווענדערס אפטיילונוג און איך עפן אויף "ענטער בילס" און איך לייג אריין די "ווענדער" וועמען איך וויל בילן,
תיקון טעות:
ביים ענטערן בילס, איז עס
דער ווענדאר וואס בילט דיך !
אויב
דו ווילסט איינעם בילן איז עס געווענליך א
קאסטומער און דו קריעטסט אן
אינוואויס דערויף.
והמבין יבין
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 11:54 am
דורך רויבאט
ווען איך מאך א ביל פלעגט אייביג אליין ארויפ קימען די פרייז וואס איך האב געלייגט די לעצטע מאל אין די ערשטע מאל האב עס געפרעגט אויב איך וויל דעס סעוון פליצלינג האט זיך עס אויפגעהערט וואס טיט מען?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 5:27 pm
דורך שוועמל
מסתמא האסטו געדרוקט DO NOT ASK ME AGAIN.
צוריקצוברענגען די מעסעזש,
Go to
Edit >
Preferences >
General Tab
check at "Bring back all one time messages
יעצט מאך א פאלשע אינוואויס און טויש די פרייז, קוק אויב דער מעסעזש קומט צוריק ארויף.
אויב יא, נעם אראפ די טשעק ווייל ס'וועט כסדר אריינהאקן מיט זיינע קשיות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:48 am
דורך שאינו יודע
איז שייך צו מאכן א מינימום פעימענט ביים אריינלייגן א ביל?
דאס הייסט אז עס זאל ווערן DUE נאר א חלק פונעם ביל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:30 am
דורך ווינקל
מיינסט פראגרעס אינוואויס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:14 pm
דורך שאינו יודע
ווינקל האט געשריבן:מיינסט פראגרעס אינוואויס?
אפשר, איך ווייס נישט
איך פרעג למשל א אינשורענס אדער קרעדיט קארד וכדומה וואס מען קען באצאלן צוביסלעך,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:43 pm
דורך ווינקל
ניין, מיינסט נישט דעס.
נישטא קיין געהעריגע וועג וואס איך ווייס. מ'קען ניצן די פי.או. פיטשער purchase order און אריינלייגן דערפון בילס צוביסלעך...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:02 pm
דורך שאינו יודע
און וואס איז פראגרעס אינוואויס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:03 pm
דורך שאינו יודע
ווינקל האט געשריבן:ניין, מיינסט נישט דעס.
נישטא קיין געהעריגע וועג וואס איך ווייס. מ'קען ניצן די פי.או. פיטשער purchase order און אריינלייגן דערפון בילס צוביסלעך...
איך האב געזען איינער שרייבט א קרומע וועג אבער עס איז נישט אינטערעסאנט
וואס איך טו ביזדערווייל איז אז איך שרייב עס אריין אין די מעמא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:28 pm
דורך yidel456
שאינו יודע האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:מיינסט פראגרעס אינוואויס?
אפשר, איך ווייס נישט
איך פרעג למשל א אינשורענס אדער קרעדיט קארד וכדומה וואס מען קען באצאלן צוביסלעך,
ביי אינשורענס האט מיין רבי מיר געזאגט צו ציטיילן די ביל לויט די פעימענטס. ביי קרעדיט קארד לייג איך נישט אריין קיין ביל נאר איך שרייב א טשעק צו די קרעדיט קארד אקאונט וויפיל איך וויל צאלן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 10:39 am
דורך אַבּערוואַס
ווינקל האט געשריבן:נישטא קיין געהעריגע וועג וואס איך ווייס. מ'קען ניצן די פי.או. פיטשער purchase order און אריינלייגן דערפון בילס צוביסלעך...
די און אלע אנדערע עצות מאכן אבער אן אומבאלאנס אין די ריפארטס, אויב מען נוצט זייער סערוויס פון אנליין בענקינג פאר די קרעדיט קארדס איז דא די אפשען פון צאלן מינימום פעימענט' נאר איך האב נישט קיין למעשה'דיגע עקספעריענס דערמיט.