כ'בין געווען אזוי זיכער אז מיר האבן שוין אמאל גערעדט דערפון, אבער נאכ'ן זוכן און נישט טרעפן, וועל איך מקצר זיין.
ס'איז פארהאן אן אינטערנאציאנאלע ארגעניזאציע וואס רופט זיך
GS1 (ביז יארע '05 האט דאס געהייסט Uniform Code Council, Inc), וואס זיי פארקויפן און האלטן קאנטראל אויף די Universal Product Codes (גערופן אין קורצן UPC). די קאמפאני איז דער מקור און בעה"ב אויף די UPC קאודס, זיי פארקויפן א 'פריפיקס' - ד"ה די ערשטע פאר נומערן - און דערויף קען דער קויפער בויען טויזענטער אייגן פאבריצירטע UPC קאודס דורך א פראגראם אדער אפילו אנליין (אנליין איז א נייע זאך ביי די קאמפאני, וואס כ'זעה דאס יעצט צום ערשטן מאל).
דער קויפער ווערט א מעמבער ביי זיי, און דארף צאלן יערליך א סכום צו אנהאלטן די בעלות אויף די קאודס. אמאל האט דאס געקאסט $750 צו אויפסיינען, און נאך $150 יערליך (דאכט זיך, כ'זעה נישט אויפ'ן מאמענט די היינטיגע פרייזן). נאכאמאל, מ'רעדט פון א פריפיקס, וואס דער קויפער קען מאכן דערפון א גרויסע סכום קאודס.
די מעלות צו קויפן ביי זיי דירעקט איז ווי פאלגענד:1) דו ביזט פארזיכערט אז דו ביזט דער איינציגער אויפ'ן וועלט מיט דעם קאוד.
2) דו ביזט פארזיכערט צו בלייבן דערמיט אויף אייביג.
3) דו קענסט פארקויפן די פראדוקט אין 'אלע' געשעפטן (זעה באלד).
פון די אנדערע זייט, פאר איינער וואס דארף נאר עטליכע קאודס איז דאס א געוואלדיגע הוצאה.
דערפאר, זענען דא עטליכע אנליין קאמפאניס, וואס קויפן און זענען מעמבערס ביי GS1, און זיי פארקויפן דיר וויפיל קאודס דו ווילסט פאר אסאך ביליגער. די מערסט באקאנטע צווישן היימישן עולם איז
Buy a Bar Code, וואו א קאוד קען קאסטן אזוי ווייניג ווי $25 - און נאר איינמאל, מ'דארף נישט צאלן מעמבערשיפ. אוודאי פאר א קאמפאני וואס פארקויפט הונדערטע פראדוקטן, איז ביליגער די ריכטיגע וועג, צו קויפן פון GS1, אבער פאר קליינע ביזנעסער מיט עטליכע פראדוקטן, קומט דאס אויס פיל ביליגער.
די חסרונות דערפון זענען:1) דו מוזט זיי גלייבן אז זיי געבן נישט ארויס דיין בארקאוד פאר א צווייטן...
2) וואס טוטסטו אויב זיי גייען ארויס פון ביזנעס און הערן אויף צאלן מעמבערשיפ, און א צווייטער רוקט זיך אן מיט די זעלבע בארקאוד.
3) ס'פארהאן עטליכע גרויסע טשעין-סטארס, און אויך אסאך אוטלעט סטארס, וואס פארלאנגען צו זעהן די סערטיפיקעט פון GS1, אנדערש ווילן זיי נישט אננעמען די סחורה.
אגב, אויב דו קויפסט פון GS1, געבן זיי דיר א באר קאוד לויט וועלכע אינדעסטרי די פראדוקט איז. למשל עסן פראדוקטן הייבן זיך אן מיט א געוויסע נומער, און קליידער מיט אן אנדערע נומער.
איך האב יא געקויפט פון Buy a Bar Code, און כ'האב נאך דערווייל קיינמאל געהאט פראבלעמען דערמיט.