בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 4:33 pm
דורך ביזנעסקאפ
צוביילטער; פיין געשריבן, און צום פינטל.

און שוועמל, יש"כ פארן אראפברענגן די מאמר חז"ל, אבער דאס אויסצופירן קומט מיט א שטיקל נסיון, ווייל אויב איין געשעפט בליעט שיין, נו פארוואזשע זאל מען נישט אריינווארפן יעדן קאפיקע וואס מען פארמאגט אינ'ם געשעפט?. און טאקע דא שטעקט דעם מענטשן'ס טעות, ער גלייבט נישט, און וויל נישט הערן פון אזא געדאנק אז די רעדל האלט זיך אין איין דרייען, און געווענליך טאקע ווען מ'האלט ביים שפיץ פאנגט עס אן צו גיין אראפ, מיר קענען נישט זיין קלוגער ווי אונזערע פארגייער וואס האבן שוין פאראויסגעזען די מענטשליכע טעותים, און האבן אונז געגעבן גוטע ראט.

אגב, דאכט זיך אז איו גמרא שטייט שליש 'בידו' אנשטאט 'במזומן'.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 4:56 pm
דורך צוביילטער
ביזנעס קאפ, זייער גוט ארויסגעברענגט.

איך קען איינעם וואס האט געהאט אסאך ביזנעסער, און ווען זיין עיקר ביזנעס האט אנגעפאנגן צו גיין בארג אראפ האט ער ארויסגענומען געלט פון די אנדערע ביזנעסער, און ווען אלע קליינע ביזנעסער זענען שוין געווען פארמאכט, האט זיין גרויסע ביזנעס זיך טאקע געלייגט שלאפן.

די זעלבע כלל איז אויך ווען א ביזנעס האלט ביים גיין באנקראט און מ'בארגט זיך אן איבערן קאפ.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 5:05 pm
דורך אונגארישער
ביזנעס קאפ סאיז דא א זייער ווכטיגע טעמא וואס איך וויל שרייבען אבער אין צייט אין כח אין מאך א דיעל מיט דיר איך שרייעב די טעמא אין די וועסט עס באשרייבען

מען ברויך זייער שטארק אכטונג געבען נישט צי ווערען צי גרויס זייער אסאך ביזנעסער מיינען די הצלחה ליגט אין זיין גרויס זיין ווי מזאגט א "זאך" וואס מען כאפט אבער נישט איז אז זיין גרויס קאסט געלט זייער אסאך ביזנעסער כאפען א שלאף טאקע ווייל זיי זענען געווען גרויס מען דארף וויסען ווי זיך אפצישטעלען

ביזנעס קאפ איז מכובד מרחיב זיין הכתיבה

יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 09, 2009 11:13 am
דורך בעל בית
כדי צו מצליח ע''פ בדרך הטבע צו עפענען א ביזנעס איז אז זאל אנהייבן צו זיין אן ארבטער פאר א צווייטן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 09, 2009 11:33 am
דורך בען בלישעם
בעל בית האט געשריבן:כדי צו מצליח ע''פ בדרך הטבע צו עפענען א ביזנעס איז אז זאל אנהייבן צו זיין אן ארבטער פאר א צווייטן


זייער אמת.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 09, 2009 12:07 pm
דורך אונגארישער
בעל בית סאיז אמת זייער א גיטע נקודה
סאיז די בעסטע אין ביליגסטע קאלעדזש

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2009 7:06 pm
דורך לחיים ולברכה
בעל בית; אינטערסאנט אז א 'בעל בית' זאגט אזוינס... קוקט אויס אז פאר'ן זיין א בעה"ב ביזטו טאקע געווען אן ארבייטער. ס'איז אזוי אמת דער פאקט, און נישט קיין חילוק פאר וועמען מ'ארבייט, פון יעדן ביזנעס קען מען זיך עפעס אויסלערנען.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2009 8:55 pm
דורך בעל בית
איך בין א ביזנעס עקפערט און איך האב צו זאגן צו אסאך פרעבלעמען

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2009 8:59 pm
דורך שמן זית
למשל לאמיר הערן צו
וועלכע פראבלעמען האסטו ערפארונג?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2009 9:22 pm
דורך בעל בית
געב מיר א פראבלעם און לאמיר אויסשמוסען

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 4:32 pm
דורך ביזנעסקאפ
יא יא! דאס איז איינמאל זיכער אז מתחלה - כדי שפעטער מצליח צו זיין - דארף מען ארבייטן פאר א צווייטן, נאר אזוי באקומט מען עקספיריענס, צוביסליך פאנגט מען אן פארשטיין וואס מסחר איז, אין מיט די צייט ווען מען איז שוין גוט אויסגעשארפט, קען מען אנהייבן קלערן פון מאכן שבת פאר זיך.

אבער מען ברויך אויך פארשטיין אז ס'ווענד זיך מיט וואס מען ארבייט, נישט יעדע סארט ארבייט ברענגט שטארקע עקספיריענס, אז מען זאל קענען באלד אנהייבן טון עפעס אליינס, צומאל ברויך מען דורכגיין די מ"ט מסעות איידער מען איז גרייט ארויסצוגיין אליינס, לדוגמא איינער וואס ארבייט אין גראסערי מאכט שיין די שעלפ'ס, צייגט פאר'ן קוסטומער ווי די פראדוקטן ליגן, אוודאי וועט ער זיך מיט די צייט אויסלערנען וויאזוי צו האנדלען מיט מענטשן, פארשטיין אז יעדער איז געקנאטן פון א צווייטע סארט טייג, אין וויאזוי מען ברויך זיי סערווירן און וויאזוי אומצוגיין מיט זיי, אבער דאס איז נישט צו פארגלייכן צו איינער וואס ארבייט אין א ערענסטן ביזנעס אפיס, וואס לערנט זיך אויס, צו האנדלען מיט מענטשן, קאמפיטער, דרייען דא אין דארט, וכו'.

וואס איך מיין ארויסצוברענגן אז אזוינע ארבייט וואס טוישט זיך נישט קיין סאך, אזוי ווי אונזער משל מיט'ן גראסערי מאן, נאכ'ן ארויסגיין פון די גראסערי ליין, וועט ער נאכנישט זיין קיין בקי אין ריעל עסטעיט, ער וועט ברויכן ארבייטן ביי נאך אפאר פארשידענע ארבייטסגעבער ביז ווילאנג ער וועט שפירן קאמפסגרייט ארויסצוגיין עפעס טאן אליין. דאס איז נישט קיין כלל פארשטייט זיך, אבער רובא דרובא איז עס אזוי.

און פעסט צו מאכן מיין שטעלונג, עפעס פון ערפארונג; עס איז פארהאן א שטארקע גוט גייענדע בעקעריי וואס ווערט אנגעפירט דורך א ידיד מיינער, צוליב פארשטענדליכע סיבות קען איך נישט געבן קיין סאך פרטים דערווועגן, נאר דאס: איך קען אייך נישט שילדערן וויאזוי ער האט אמאל אויסגעזען, אפגעריסן אין אפגעשליסן, ער האט שוין געהאט בלי גוזמא איבער א מנין בעלי בתים פאר וועם ער האט שוין געטאן אלע מיני ארבייט, שוין געארבייט ביי אזוינע פלעצער ווי שווארצע כאַלאַסן האבן זיך אנזאגט צו ארבייטן דארט, ער האט מיר פארציילט אז די עקספיריענס וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט ביי די דאזיגע סארט ארבייט, באגלייט אים א גאנץ לעבן, און נאר אזוי איז ער אנגעקומען צו וואס ער האלט היינט, דארט האט ער זיך אויסגעשארפט, און אן דעם גלויבט ער נישט ער וואלט נאך אמאל מצליח געווען!

איך וואונטש אייך נישט איר זאלט דאס דורכגיין, און דאס מיינט נישט אז נאר אזוי קען מען האבן הצלחה, דאס איז נישט געוואנדן אינם מענטשליכן האנט, אבער נאר צו וויסן אז 'ארבייט מאכט פריי' אנצוקומען צום ריכטיגן ציל, און ווערן אן אייגענעם בעה"ב מוז מען קודם פארשטיין אז 'נאו מאנקי ביזנעס'... קודם דארף מען פארשטיין וואס די אפטייטש פון'ם ווארט 'ביזנעס', דערנאך קען מען זעהן וואס מען קען טון אריינצוגיין דערין.

מיט הצלחה פאר די וואס האלטן נאך פארן פארשטיין די 'דעפענישן' פון ביזנעס...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 12:29 pm
דורך צוביילטער
ביזנעס קאפ, געוואלדיג, א קיש אין שטערן (וועך... נאך א מזל אז די האסט דעם קאפ צודעק...).

נאך איין וויכטיגער זאך פארוואס מ'דארך ארבייטן ביי איינעם בעפארן גיין אליינס.
איינע פון די וויכטיגסטע חלקים אין ביזנעס איז א גוטע קאמיוניקאציע מיט ארבייטער, און כדי צו פארשטיין אן ארבייטער גוט, ברויך מען עס פילן אויף די אייגענע הויט.


בעל בית, אז די ביסט גרייט אריינצוגיסן דיין עקספערטיז אינעם קרעטשמע, געגאנגן.

א "בעל בית" וואס האט א ריטעיל סטאר האט מיר געפרעגט אויב ס'לוינט זיך אים ארויפצוגיין אויפן אינטענעץ וויבאלד ער האט סייווי אלעס אין סטאק. איז די שאלה אויב ס'איז טאקע אזא "סייווי" און יעדער האט א אפערטוניטי אויפן נעץ, אדער איז דאס א עקסטערע אינוועסמענט און פארוואס זאל מען קויפן פונקט ביי אים.

איך פארשטיי אז מ'קען נישט געבן סתם אזא ענטפער אויף א ענין וואס מ'קען שרייבן גאנצעטע ביכער, אבער האסט עפעס עקספיריענס אין דעם ענין?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2009 2:16 pm
דורך ביזנעסקאפ
ר' צובייילטער, ווען די פרעגסט ווען מיר וואלט איך מיט מיין קורצע פארשטאנד אזוי גענפערט:

קודם ווענדט זיך "וואספארא" ריטאל סטאר דאס איז, אמת דאס האָבן אלעס אים סטאק איז א שטארקע מעלה, וואס נישט יעדער סטאר פארמאגט, אבער די שאלה איז צו ער וועט זיך קענען אריינגלידערן אינ'ם אנליין מארקעט, ס'איז פארהאן אסאך וואס זייער הצלחה איז דווקא נאר פון 'אין סטאר מארקעטינג', ווידעראום אנדערע פראפעטירן נאר דורך די מולטי ביליאן דאלערדיגע "אנליין מארקעט", ביידע זענען צוויי באזונדערע מסכתות וואס מוזן נישט דווקא זיין פארבינדן.

איז די מעשה אזוי, אויב טוט ער למשל אין אפיס סעפלייס, זיין ספעשעלטי איז לדוגמא פון פארקויפן 'טאָנערס', וואלט איך אים נישט געצה'ט זיך אריינצולאזן דערין, ווייל כאפ נאר א בליק אויפן נעץ וועסטו זעהן ווי די קענסט דאס באקומען פאר שפאט ביליג, מען רעדט דאך זיכער נישט דא פון א וואל-מארט סטייל ריטעיל סטאר, נאר פון א נישט קשה'דיגע פארהאלטמעסיג קליין געשעפט, אויב אזוי ווי וועט ער קענען קאמפיטן מיט די גרויסע וואס קענען אים אין איין מינוט איינשלינגען? אוודאי פארדינט ער שיין ביים אונזער היימישן עולם וואס די טרפה'נע אינטערנעט איז דאך אסור בתכלית האיסור, דעריבער קויפט מען ביי נאר אים, אבער ווער זאגט אז אויפן גרויסן מארקעט וועט ער זיין בכלל אנזעהבאר, דערפאר קען מען זיך דינגען אויף דיינע ווערטער אז ער האט 'סייווי' אן אפערטונעטי.

אריינקלערענדיג אבער פון די אנדערע זייט, אויב איז ער אין א טייט מארקעט פון א געוויסע 'ליין' וואס איז נישט אזוי גאנגבאר טעגליך אזוי ווי מען קויפט א פעקל ברויט, ווי למשל טייערע אלעקטאראניקס וואס מען ברויך אביסל יושב הדעת פארן קויפן דאן קען זיך עס אפשר יא לוינען, וויבאלד ער האט גרעסערע אויסזיכטן ארויסצושטארצן פין זיינע קאמפיטישאנס, זאל עס זיין מיט בעסערע פרייזן, שנעלערע דעליווערי, וכדו'.

סך הכל בלייבט אזוי, צו האבן אן פשוטן וועבזייטל איז אייביג גוט, אלטס קען זיך מאכן משוגעים, וואס קלאפן אריין אין גוגעל אין די ערשטע סטאר וואס קומט ארויף פון דארט קויפן זיי, אדער קען דיין זייטל סתם אזוי נושא חן זיין ביי זיי, און וועלן קויפן ביי דיר אפי' דיינע פרייזן זענען היפש העכער ווי דער קאמפעטישן, אבער נאר צום וויסן אז דיזיינען און אויפהאלטן א 'סייט' קען היפש אריינשלעפן, עס ברויך אלטס זיין 'אפ טו דעיט' מען ברויך האבן אסאך צייט נאכצוגיין און נאכזיכן זיך צו האלטן איין טריט פאראויס פונם קאמפעטישן, דערפאר דארף מען שוקל זיין צו מען קען ביידע סיי האלטן דאס געשעפט, און סיי פארקויפן אנ-ליין, דערפאר איז דאס אן איינשטעלעניש וואס מען ברויך דורעכרעדן מיט א גוטן ביזנעס קאנסאלטענט, ווייל ווען די האסט א קאמפעטישן אויף די נעקסטע גאס, קענסטו גרינגער האלטן אן אויג ווער זאל האבן די מאנאפאל, אבער אויפן נעץ ווערט אלעס א קליינע וועלט, וואס מען ברויך האבן היפש עקספערטיז וויסן וויאזוי זיך צו האלטן אויפן אויבערפלאך.

די כלל איז אזוי נישט יעדער וואס פארקויפט דורך איבעי פארדינט, אין נישט יעדער וואס פארקויפט 'פערסענאל הענד-טו-הענד' פארדינט!!
ווער פארדינט יא?, דער וואס האט ריכטיג אמונה און בטחון, האנדלט ערליך, פאפט נישט אויס קיין מענטשן, און איז א שמח בחלקו...