בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 6:43 pm
דורך אונגארישער
א גיטען אווענט ביזנעס קאפ אין א יישר כח
איז אזוי דעי ארבייטער פין ועם די רעדסט איז אפשר א מעלה אבער בנוגע "ריסק" איטס די סעים
עניוועי איך בין געווען א ארבייטער וואס האט געראנט א ביזנעס אגרויסע מיט גיטע רווחים אין למשל מיין ב"ב וואלט געוואלט איך זאל ארבייטען ווען עס איז דא אסאך ארבייט כיז למשל 10 ביינאכט פארשטייט זיך פאר די זעלבע פרייז
וועקעישאן??????????? איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אזא זאך
די דיפרעטנטס איז איין ווארט "אפורטוניטי" איינער מאכט אפ ער וויל זיין באקוועם אין איינער וויל אפורטוניטי
וועגען אפשרייבען איעדען דיטעל בין איך אפיצי מחולק יא מדארף האבען א פלאן וואס איז אויסגעהאלטען אבער ביז א סערטען עקסטענד וויל געווענטליך איז נישט שייך אסאך גלונגענע מענטשען זענען נישט אנגעקימען אין ערגעץ וויל זיי ציפיל גערעכענט אין געפלאנט מען דארף האבען א פלאן אנהייבען אין קענען דילען מיט זאכען וואס קימען אינטער
זאג נאר ביזנעסקאפ האסט אפשר א עצה וויאזוי מען ווערט אזא גיטע שרייבער ווי דיר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 8:38 pm
דורך לחיים ולברכה
צוביילטע; מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון דיינע אויפריכטיגע הערות. יישר כח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 8:52 pm
דורך ביזנעסקאפ
הרב אונגארישער קודם שכוח פאר די קאמפלימענט, יעצט וועגן שרייבן א ביזנעס פלאן. אוודאי איז נישט שייך אויסצורעכנען אויף 100 פרעצענט וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן, אבער לאמיר אנכאפן א שטיקל ביישפיל וועסטו זעהן וואס מיינט מאכן א גוטן פלאן. אונזער צוקונפטיגן (באמת שוין איצטיגן...) פרעזידענט דער שווארצער אבאמא יר"ה, צו ס'איז געווען זיין קאפ אדער די מענטשן ארום אים (וואס זענען אים געשטאנען אויפן קאפ...) האט געבראכן היסטאריע, נישט מיט'ן ווערן אויסגעקלויבט אלטס דער ערשטער טינקעל-הויטיגער פרעזידענט, נאר בעיקר מיטן אויסשטעלן א פונקטליכן פלאן וואס האט אים געפירט צו געווינן די מאכט, א זאך וואס אסאך ווייסע פרעזידענטן פאר אים האבן פארזעהן.
אלע לויפנדע פרעזידענטן שטעלן אוועק א פלאן וויאזוי זיך צו באגיין מיט זייער קעגן - לויפער, וויאזוי צו באשמיצן איינער דעם אנדערן וכדו', אבער אינזער אבאמא האט - ווי מבינים גיבן איבער, אויסגעשטעלט א גאר דיטעלירטן פונקטליכן פלאן אויף יעדן טריט און שריט, אויב וועט עס יא געלינגן צו געווינן אדער נישט האט ער געהאט מייסטערהאפטיגע פלענער וויאזוי זיך אומציגיין אויף יעדן פאל וואס קען נאר זיין שייך, און נישט אומזינסט האט ער טאקע אנגעצויגן און פארכאפט דאס ווייסע הויז. סטרעטעגיסטן זאגן אז און יארן ארום וועט מען נאך נאכקוקן און נעמען אלטס סעמפל די פון פריער אויסגערעכנטע סטראטעגיעס וואס ער האט גענוצט.
נו ? ברויך מען מער פון דעם צו פארשטיין געבן פארוואס א פונקטליכן פלאן פעלט אויס?...
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 19, 2008 12:11 pm
דורך אונגארישער
א גיט מארגען הרב ביזנעס קאפ
אמת אבאמא האט געהאט זייער א דיטעלד פלאן אין מען קען זיך לערנען פין עם נאך א וויכטיגע נקודה מען מיז זיך האלטען צי א פלאן אין א ציל
אבער ווען מען האט די ריסארסעס אין קאוטש אין געלט אין מעגליכקייט אין פעפעשאנעלס צי מאכען אזא סארט פלאן איז אונזער שמיעס נישט נוגע איך רעד פין דעם דארעכשניטלעכן אינגערמאן
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2008 3:16 pm
דורך צוביילטער
ביזנעס קאפ, נו, גארנישט קיין חדשות? יעדן טאג אינדערפרי פלי איך אריין מיט איין אויגען-בליק גלייך צו דעם אשכול, און יעדן טאג עקסטער וועריך נאכאמאל אנטוישט.
ס'איז דא אזא מאנגל אין אידישע לייען מאטריאל (אויב ס'איז בכלל דא) פאר ביזנעס לייט, און כ'בין שוין געווען אין זיבעטן הימל ווען איך האב געזעהן אז א ריכטיגער ביזנעסמאן איז אריינגעפאלן אין קרעטשמע, און... שא שטיל. עטליכע פון מיינע חבירים האבן זיך שוין אפגערעדט דערויף.
היינט אינדערפרי האט מיר טאקע אזא ביזנעס-קאץ אזאנס אויפגעציטערט ווען ער האט געגעבן א שפרינג ארויס פון א באקס פארנט פון מיין נאז, איך האב אים געבעטן אז טאמער ער טרעפט דיר זאל ער דיר ביטע שיקן אין קרעטשמע. האט ער איבערגעגעבן דעם מעסעדזש?
איך בעט דיר פון טיפן הארצן: שרייב אפאר שירות, איך האלט עס שוין נישט אויס!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 9:32 am
דורך ביזנעסקאפ
הער אויס צוביילטער, קודם כל מעגסטו מיר געבן שלום (אן קישן די האנט פארשטייט זיך...) כ'בין היינט צוריקגעקומען פון אויסלאנד ווי כ'האב געוויילט א וואך, וועסטו אוודאי וועלן וויסן פארוואס כ'בין געפארן? וועל כ'דיר אויסזאגן ברמיזה, בתנאי אז וועסט פאר קיינעם נישט פארציילן!
דאס איז וויבאלד יעצט איז מיין 'ביזנעס סיזען' ואכמ"ל
און טאקע דערפאר פארמאג איך נישט געניג צייט אין מיין באזיץ דא ווייטער צופיל צו פארברענגן מיט מיינע גוטע פריינט, אבער כ'האף בקרוב זיך צו זעהן אפטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 10:50 am
דורך צוביילטער
ברוך הבא בשם השם, ברוך מחי' מתים.
כ'האב שוין שיער נישט געוואלט זאגן קדיש נאכן זען אז די ביסט נישט בנמצא. זאל דער זן ומפרנס לכל העלפן אז די זאלסט טאקע נישט האבן קיין צייט דא צו פארברענגן.
כ'וויל דיר נישט פארשעמען, אבער איך וואלט סייווי נישט געגעבן א קיש פאר א קאץ, און סתם שלום אויך נישט, מעג ער אפילו האבן א ביזנעס קאפ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 6:03 pm
דורך וויכטיג מאכער
ביזנעס קאפ, צוביילטער, כ'האב היינט די ערשטע מאל געעפנט דעם אשכול, אבער בעטער לעטער דען נעווער, כ'האב באת הנאה פון אייערע ידיעות און הערות.
בנוגע וועגן וואס איינער, (כ'געדענק נישט ווער) שרייבט, אז מ'דארף זיך לערנען אויף די אייגענע מיסטעיק'ס, אויף דעם איז דא א בוך וואס הייסט "יו קענט טיטש עי טשיילד טו רייד עי בייק ביי עי סעמינאר" [אין יודיש: דו קענסט נישט אויסלערנען פאר א קינד צו פארן מיט א בייק ביי א סעמינאר].
די קאנסעפט פון דעים איז, אז פונקט ווי ווען א קינד וויל זיך אויסלערנען וויזוי צו פארן מיט א (שייגעץ) בייק, וועט נישט העלפן אז מ'זאל עם זאגן, מאך אזוי און אזוי... נאר ער גייט ארויפגיין אויף די בייק, אנגעכאפטערהייט, און אראפפאלן... און נאכאמאל ארויפגיין.... און אנהייבן פארן..... און נאכאמאל..... ביז ער וועצעך אויסלערנען....
די זעלבע איז אין בינעס, מ'דארף אפאר מאל אליין אראפפאלן, ביז מ'לערנצעך אויס וויזוי די ביזנעס ארבעט.....
וועגן מארקעטינג, איז זייער שווער צו זאגן, מארקעטינג איז א זאך וואס נאר איינער וואס איז אין די ליין פארשטייט דערצו, אמאל איזעס סוקסעספול, און אמאל איזעס א דורכפאל.... אבער דאס זענען הכול מודים, אז א גוטע קאסטומער סערוויס, ברענגט די בעסטע רעזולטאטן........
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 6:44 pm
דורך צוביילטער
דער פראבלעם איז נאר אז ס'דא מענטשן וואס פשוט, זיי לערנען זיך נישט פון קיין טעותים.
כ'האב שוין געליינט אסאך וועגן ביזנעס, אבער גארנישט און זילטש קומט עס צו צו אייגענע דורכפעלער און אייגענע מיטמאכענישן. אזויפיל מענטשן וואלטן געשטאנען אסאך אסאך בעסער ווען זיי זאלן אפליינען זייער מיסטעיקס, נאר פשוט, מענטשן האבן נישט אזוי ליב צו איינזעהן זייערע דורכפעלער און טעותים.
איך האב א אלטע כלל: פאר יעדע פראבלעם איז דא א סעלושען, מען דארף עס נאר גוט זיכן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 2:46 pm
דורך לוסטיג
א גיטן אלע חשובע פארזאמעלטע דא (אויב סדא...?)
קודם וויל איך ארויסברענגען מיינע דאנק געפילען פאר יעדן בעזינדער דא, וואס ברענגן ארויס אזאנע רייכע ידועות אין געדאנקען, וואס מען קען זיך אסאך אראפלערנען, אין אסאך עגמת נפש אפשפארן.
איך האב נאר געוואלט צולייגען א קלייניקייט וואס צוביילטער האט שוין ערווענט, נאר מיט אן אנדערן הסבר.
דער ענין אז אויף יעדע פראבלעם איז דא א סעלושען, ווי איך האב אמאל געהערט פון א קלוגען איד "סאיז נישט דא אזא זאך 'מקען נישט", קענסט זאגן אז די ווילסט נישט אבער קענען קען מען, אין דער מצואת איז טאקע אזוי, אפילו מען זאל מיינען אז דאס קען מען טאקע נישט, אויב נעמט מען אריין אין קאפ די ווערטער "סנישט דא אזא זאך מקען נישט" דעמאלט איז טאקע נישט דא אזא זאך, נאר אלעס ווערט געלעזט מיט די ריכטיגע עצה, אמאל איז עס שווער אבער קענען קען מען,
וויל ווי פארשטענדליך האט דער באשעפער נישט געשאפען א פראבלעם די זאלסטיך נישט קענען קיין עצה געבן, קען זיין סאיז באשערט מען זאל זיך דארפען מוטשען מיטן פראבלעם, אבער ח"ו צו זאגען אז דער אייבירשטער וויל מען זאל בלייבן מיט עס, אין ווי באקאנט אז דער אייבירשטער באשאפט א רפואה פאר די מכה, אין איך קען מעיד זיין אויף דעם, אז זייט איך האב געהערט דעם ווארט טראג איך מיך ארום מיט דעם ביי יעדן פראבלעם, אין אייביג נאך געטראפן א אויסוועג ב"ה,
אין א שטיקעל עצה דערצו, וואס איינער א חשובער ניק דא האט ארויסגעברענקט אין א אנדערן אשכול בקיצער, אז מען זאל זיך ארפבזעצן א מינוט מיט א פעדער אין פאפיר אין זיך נעמען טראכטען א לעזונג צום פראבלעם, עס וועט אוואדע ארויפקומען א מיליאן מיט איינס עצות, דער איז גאנץ גיט.. אין דער איז ניטאמאל גיט פאר א זשאק.. אין אזוי ווייטער, יעצט זאל ער יעדע געדאנק אראפשרייבן אפילו עס קוקט נישט אויס לאגיש יעדע איינע זאל ווערען פארשריבען, אזוי נאך אפאר מינוט וועט ער זיך זעהן מיט א היבשע פאר עיצות, יעצט זאל מען טרייען צי נעמען דאס בעסטע אין צילייגן פון אן אנדערע עצה גוטע חלקים וואס קענען ארויסהעלפען צו די ערשטע עצה, אין וועט דאס מאכן פאר א דבר השלום בעז"ה.
מער איבער דעם ענין וועט זיין א צווייט מאל.(אויב איינער איז אינטערסירט...)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:00 pm
דורך אונגארישער
ציביילטער האסט ארויס געברענגט א זייער גיטע פוינט
לוסטוג זייער גיט מסביר געווען
אסאך מענטשען (מיט א לעק אף קאנפידענס) מיינען אז א טעות איז א בושה אין מען דארף לייקענען אלע טעותים
אין אז סאיז נישט דא קיין טעותים קען מען דאך נישט פארעכטען איך האב דאס געזען ביי מיינע בעלי בעתים
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:31 pm
דורך לוסטיג
אט אזוי אנגערישער.
טעקע פון דאס האט מען גערעדט אינעם אשכול פון מוח שליט.
האסט עס זייער גוט ארויסגעברעגט..
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:35 pm
דורך קענסט מיך?
עצה טובה מצליח צו זיין אין ביזנעס!
אדווערטייזט אייך אין די אידישע וועלט, וועט איר זען שנעלע און גוטע רעזולטאטן
געדענקט: טויזענטער טעגליכע באזוכער מיינט טויזענטער פרישע קליענטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 3:58 pm
דורך צוביילטער
לוסטיג, זייער שיין אראפגעלייגט, זעה אז דאס צווייטע מאל זאל זיין ווי שנעלער.
אונגארישער, דיין לעצטע שורה איז זייער א וויכטיגע פוינט, דאס איז א טעמע פאר זיך.
קענסט מיך, אונטערסאנט אז די ביזנעס דירעקטארי האט צוגעטראפן ממש דעם זעלבן עצה...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 4:00 pm
דורך סתם_אזוי
צוביילטער. איבער דיין לעצטע שורה קומט זיך דיר אזאנס

.......
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 4:37 pm
דורך אונגארישער
ביזנעס קאפ מיר ווארטען פאר דיר די קרעטשמע איז אפען 24 6 דער ארענדאר לאזט אריין נאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 6:07 pm
דורך ביזנעסקאפ
אונגערישער: אז די לאדענסט איין קום איך, אבער ממש נאר פאר צוויי מינוט.
לוסטיג האט געשריבן:אין א שטיקעל עצה דערצו, וואס איינער א חשובער ניק דא האט ארויסגעברענקט אין א אנדערן אשכול בקיצער, אז מען זאל זיך ארפבזעצן א מינוט מיט א פעדער אין פאפיר אין זיך נעמען טראכטען א לעזונג צום פראבלעם, עס וועט אוואדע ארויפקומען א מיליאן מיט איינס עצות, דער איז גאנץ גיט.. אין דער איז ניטאמאל גיט פאר א זשאק.. אין אזוי ווייטער, יעצט זאל ער יעדע געדאנק אראפשרייבן אפילו עס קוקט נישט אויס לאגיש יעדע איינע זאל ווערען פארשריבען, אזוי נאך אפאר מינוט וועט ער זיך זעהן מיט א היבשע פאר עיצות, יעצט זאל מען טרייען צי נעמען דאס בעסטע אין צילייגן פון אן אנדערע עצה גוטע חלקים וואס קענען ארויסהעלפען צו די ערשטע עצה, אין וועט דאס מאכן פאר א דבר השלום בעז"ה.
לוסטיג כ'האב שטארק הנאה געהאט דאס צו ליינען, און והאמת אגיד איך טוה אויך אזוי, אין די עצה קען העלפן פאר אלע און אלעמען, די סיבה איז זייער פשוט, ווייל געווענליך יעדער מענטש ליידט אביסל אויף שכחה, נאכדערצו אויב די פלאן (איך רעדט פון ביזנעס) איז נאר געווען אין געדאנק און איז קיינמאל נישט ארויס פון מויל. אמאל פאלט עפעס ביי, אבער אויפן מינוט קלערט מען אז דאס איז זיכער נישט אינטערסאנט, און שפעטער הערט מען ווי איינער איז אויפגעקומען מיט "זיין" געדאנק, קען מען זיך נישט מוחל זיין.
דערפאר ווען עס פאלט מיר עפעס איין, נעם איך ארויס מיין נאטיץ ביכל וואס געפינט זיך שטענדיג אין רעכטען ביזעם, כ'שרייב עס אראפ (אין ראשי פרקים) און ווען כ'האב צייט (געווענדליך איז דאס אין הכנות שטיבעלע, וואס איז אגב א גוטער פלאץ צו מאכן חשבונות ראיגערהייט...) גיי איך איבער אלע פלענער, מען פארעכט, מ'שרייבט צי, און אפי' ס'איז נישט נוגע אויפן מינוט, ווייזט מען אז ס'איז אפגעשריבן, כתוב וחתום, אז אויב שפעטער וועט זיך מאכן א רעגענדיגער טאג, מען וועט דארפן שאפן אפאר גראשן, איז אנשטאט צו גיין קלייבן, קען מען אפירנעמען דאס ביכעלע, און זעהן אויב מ'קען עפעס ארויסנעמען דערפון, וואס ס'איז נאך אקטועל און וואס נישט, דאס איז פשט שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 6:23 pm
דורך אונגארישער
יישר כח ביזנעס קאפ
הער מיר צי איר זאלט טראכטען אגאנצען טאג וואס מען קען דא אויף טיען אין דערנאך קימט דא אריין פאר צווי מניט אין פאק עס ארויס מיר וועלען עס שוין מסדר זיין ווי עס ברויך צי זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:04 pm
דורך צוביילטער
ביזנעס קאפ, גראדע האלט איך אז ס'איז אסאך ענדערשער צו טראכטן ווי אזוי צן בויען די אייגענע ביזנעס, ווי איידער צו טראכטן פון נייע.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:12 pm
דורך ביזנעסקאפ
אמת צוביילטער כ'בין נישט מחולק דערויף, נאר מען ברויך לאזן פלאץ פאר אלעם, און נאכדערצו אז א מענטש קען נישט קאנטערלירן זיין מחשבה, און אז ס'פאלט עפעס אן, שרייב עס אראפ...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:42 pm
דורך צוביילטער
איך מיין אז מען דארף מאכן א שבת אינדערוואכן. פשוט אלע גוטע בייפעלער פאלט מיר איין שבת.
ביזנעס קאפ, אפשר לייגסטו אראפ א גוטן ארטיקל לגבי דאס וואס אונגארישער האט ערווענט, לגבי די ביזנעסער וואס האלטן אז זיי דארפן זיך נישט בויען?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 2:19 am
דורך שוועמל
בעיקר וואס מען דארף אין אכט נעמען איז נישט זיין קלוגער פון חז"ל ווען עס קומט צו אינוועסטירן.
שליש בקרקע שליש בפרקמטיא שליש במזומן.
דאס איז א יסוד נוסד צו האבן כאטשיג צוויי ביזנעסער, אויב מאכט זיך שווערע צייטן ביי איינס זאל מען קענען ארויסנעמען פון די צווייטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 10:10 am
דורך thefact
אדער איין ביזנעס געצילט צו פארשידענע סארט קאסטומער'ס
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 10:44 am
דורך בעל בית
איך האב איינמאל געהערט אז ווי מער מ'אדווערטייזט אלס מער קומט מען קויפן
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 3:49 pm
דורך צוביילטער
שוועמל האט געשריבן:בעיקר וואס מען דארף אין אכט נעמען איז נישט זיין קלוגער פון חז"ל ווען עס קומט צו אינוועסטירן.
שליש בקרקע שליש בפרקמטיא שליש במזומן.
דאס איז א יסוד נוסד צו האבן כאטשיג צוויי ביזנעסער, אויב מאכט זיך שווערע צייטן ביי איינס זאל מען קענען ארויסנעמען פון די צווייטע.
אוואדאי ווען איין ביזנעס איז שוין גוט אויפגעבויעט און ס'פארט שוין אליינס איז א גוטע זאך צו עפענען נאך א ביזנעס, אבער די גמרא רעדט פון אינוועסטירן.
thefact האט געשריבן:אדער איין ביזנעס געצילט צו פארשידענע סארט קאסטומער'ס
גראדע איז מיין מיינונג אז א יעדע ביזנעס דארף זיכן איין געוויסע טייפ קאסטומער, ווייל מ'קען נישט בויען אויף יעדעם. פון בויען א ביזנעס אויף יעדעם איז זייער שווער ערגעץ אנצוקומען. (מ'דארף דאך עפעס לאזן פאר'ן קאמפעטישאן...)
בעל בית האט געשריבן:איך האב איינמאל געהערט אז ווי מער מ'אדווערטייזט אלס מער קומט מען קויפן
זייער א וויכטיגע זאך, אבער אויך מיט א שכל.