בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 8:25 pm
דורך thefact
זאל מיר עס לייגן אין דעוועלעפערס ווינקל? דאן ווער וועט עס זעהן? אפשר אין ביזנעס?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 8:45 pm
דורך שמערי בערי
ייש"כ ר' לאז, כ'האב עס דאונלאודעד און גענוצט א וויילע פאריגעס מאל... יעצט גיימערעס נאכאמאל דאונלאודן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 11:28 pm
דורך ווינקל
שיינעם דאנק!

---
מיין דאונלאוד רעכנט זיך נישט דא אויף אייוועלט....

----
דא אין ביזנעס איז עס אויף א גוט פלאץ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:00 pm
דורך AllAboutAccess
לאז געמאכט האט געשריבן:גייט צו http://www.lozgemachet.com" onclick="window.open(this.href);return false; אונטער פראדאקט'ס

הצלחה רבה


די לינק טראגט מיך נישט אין ערגעץ, עני העלפ ביטע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:01 pm
דורך שמן למאור
דער זייטל איז שוין אפגעשטארבן, ער האט געלייגט דעם פייל אין א דראפ באקס, קוק ווייטער אינעם אשכול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:06 pm
דורך AllAboutAccess
א גרויסן שכוח שמן, איך האב עס באמערקט גלייך נאכן אנפרעגן,
יישר כח עניוועי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:15 pm
דורך לאז געמאכט
דאס פאריגע מאל האביך באקומען אסאך קאמפלענס אז ס'האט זיך נישט אינסטאלירט (ווי מ'קען זעהן אין דעם אשכול). דאס מאל איז שא שטיל. בין איך נייגעריג אויב דאס איז ווייל קיינער האט עס נישט פרובירט אדער ארבעט עס טאקע גוט. ביטע ווער עס קען מעלדן זיין עקספירענס וואלט איך עס עפרישיעטעט. יישר כח.

(באופן אישי האט מיך איינער געזאגט אז ס'איז דא א אישו מיט די יאזער אקאנט קאנטראל (וויסטע-ווינדאוס7) אויב איינער האט א אישו דערמיט זאל ביטע נאכן אינסטאלן דאנלאדן פון דא און עס ראנן.)

אויך די וואס באקומען די מעסעטש אז ס'איז נישט גוט אינסטאלט זאלן עס איגנארן ס'מיינט גארנישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:24 pm
דורך NiesNow
נא אדרבה ווייסט איינער פין א גיטע דרויד עפפ פאר דעם?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:23 pm
דורך שמן למאור
ביי מיר אינסטאלט זיך עס א מחי', אבער ביים עפענען קומט דאס ארויף
Picture1.png

כ'האב שוין ריאינסטאלט אבער ס'האט נישט געהאלפן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:29 pm
דורך לאז געמאכט
ווען האסטו עס געדאנלאוד?
--
גיב א קוק אין די פאלדער ווי ס'איז אינסטאלט (Program Files\PPM) אויב ס'דא א פייל וואס הייסט path.ini אויב יא מעק עס אפ און פרוביר צו עפענן נאכמאל.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:35 pm
דורך שמן למאור
כ'האב עס געדאנלאוד יאנואר 25

עס איז נישטא קיין פייל path.ini ס'איז נאר דא א פייל path אן דעם ini, איז דא די זעלביגע ?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:39 pm
דורך לאז געמאכט
יא דאס איז עס. (די ini איז נאר באהאלטן לויט די סעטינג פון דיין פיסי.) די עראר האסטו לכוארה ווייל ס'איז צו א אלטע ווערסיע, ביטע נעמט אראפ דעם אפדעיט (פון דא) און ראנט עס.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:40 pm
דורך לאז געמאכט
צו יעדער וואס אינסטאלט און באקומט א מעסעטש אז מ'זאל רימאוו'ן אדער ריפערן .נעט (.net) עס פעלט נישט אויס צו טון קיין איינס פון די. קליקט קענסעל און פערטיג.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:50 pm
דורך שמן למאור
יעצט קומט ארויף
No Connection to data
Craete New | Find data

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:54 pm
דורך לאז געמאכט
Craete New

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 3:01 pm
דורך שמן למאור
נאכן קריעטן קומט דאס ארויף

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:41 pm
דורך לאז געמאכט
כ'האב געמאכט א קליינע קליפ וואס צייגט וויזוי זיך צו באנוצן מיט דעם פראגראם (אויפן פארלאנג פונעם ציבור..) ווי קען איך עס ארויפלייגן אזוי אז יעדער זאל עס קענען זעהן? (אויך דזעי נעט באנוצער וכדו')

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:48 pm
דורך בחורהזעצער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:52 pm
דורך לאז געמאכט
כ'מיין זיי נעמען נאר אן אונטערסאנטע קליפ'ס. נישט אנווייזונג'ן קליפס.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 11:03 pm
דורך לאז געמאכט
פאר דערווייל האביך עס ארויפגעלייגט אויף דראפ-באקס ווער ס'וויל קען עס פון דארט אראפנעמען.
פון דעם לינק

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:58 pm
דורך ווינקל
איך האב וינדאוס 7 64 ביט. און ס'אינסטאלט זיך נישט בכלל.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:18 pm
דורך ווינקל
א דאנק פאר ר' לאז פארן ארויסהעלפן אין אישי, ס'ארבעט שוין פיין.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 8:43 pm
דורך היימישער איד
א גוטן אווענט אלע חשובע פארזאמלטע.

לאמיר גיין גראד צום ענין. ווי באקאנט האביך איבערגענומען בס"ד די לעצטע צייט'ן די ניק פון 'לאז געמאכט' און אלעס וואס קומט דערצו צו. אריינגערעכט דאס סערווירס'ן די פראגראם פאר מעשר און עס אפדעיט'ן רעגלמעסיג לויטן פארלאנג.

הפנים פון די ביסל פידבעק וואס כ'האב באקומען האט זיך ארויסגעשטעלט אז א באטיידענטע צאל באנוצער האבן אנגעצינדן די יאזער-אקאנט-קאנטראלס (UAC), ס'איז באמת א גוטע זאך צו האבן אנגעצינדן אויב מ'קען. אני שלעצמי האלט עס אלץ אויסגעלאשן צוליב די פילע פראגראמען וואס כ'האב און א גרויס טייל זענען נישט געמאכט צו ארבטן דערמיט. דעריבער האביך פארגעסן דערפון גענצליך בשעת'ן ארויסגעבן צום פאבליק. חוץ דעם איז געווען נאך קליינע פראבלעמען וואס מענטשן האבן קאמפלענט אז ס'אינסטאלט זיך נישט.

היינט נאכט זענען מיר פרייליך צו אנאנסירן אז די אישו'ס זענען בעזר השם פארזיכטיג אדרעסירט געווארן. דער פראגראם איז שוין היינט אפיציעל קאמפעטעבל מיט די סעקיורעטי פון די ווינדאס וויסטע\7\8 . מ'קען עס רואיג נוצן און אינסטאלן בעזר השם אויף די סיסטעם'ס.
(פאר די וואס נוצן נאך עקס-פי [אגב ס'שוין עבאוט טיים צו אפגרעידן..]: די פראגראם וועט נאר ארבעטן אויף סערוועס פעק 3 אויב האט איר א עלטערע וועט עס לכאורה נישט ארבעטן.

אלענפאלס די אפדעיט איז גרייט פאר די וואס האבן עס נישט געקענט אינסטאלן ס'ערשטע מאל איז יעצט די פאסיגע צייט נאכמאל דאס אראפצונעמען פון דא און עס אינסטאלן.

פאר די וואס עס ארבעט פיין האבן נישט קיין נוצן פון דעם אפדעיט קיין שום נייע זאכן איז נישט צוגעלייגן געווארן (בעיקר ווייל קיינער האט נישט געבעטן גארנישט...).

דא איז טאקע דאס פלאץ צו בעטן בכל לשון של בקשה ווער ס'האט סיי וועכע פראבלעם מיטן אינסטאלן 'דאנט קיפ איט טא יורסעלפ, לעט אס נאו' (האלט עס נישט פאר זיך, לאזט אונז וויסן) יישר כח.

היימישער איד

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 11:50 pm
דורך ווינקל
אה, וועלן מיר מארגן פראבירן פונם פיסי בס"ד.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 12:32 am
דורך שוועמל
יישר כח אייך היימישער איד.
(אפשר קען איך איבערנעמען קאנטראל אויף לאז געמאכט..?)

אינסטולירט און געקריגן די עראר
ווינ 7 פרא 64