ריטעיל אין די היימישע וועלט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

ריטעיל אין די היימישע מארקעט

איז מעגליך היינט צי מצליח זיין?

וואס זענען די מעלות און שוועריקייטען ספעציפישע פין ריטעיל?

ווענדט זיך עס אין וועלכע ליין?

וועלכע עטליכע ערליי ריטעיל געשעפטען דרייט דורך די מערסטע געלט?

וואס איז די מארקאפ(ס)?

לכו והתפרנסו/ והתיעצו זה מזה!
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

א מעלה אז דער וואס ווייסט נישט, רעדט נישט.

דער וואס ווייסט יא, רעדט אויך נישט?
Of course
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
א מעלה אז דער וואס ווייסט נישט, רעדט נישט.

דער וואס ווייסט יא, רעדט אויך נישט?

זאג וואס דו ווילסט קען מען דיר טרייען צו העלפן.

איר טראכט פון עפענען א שיך געשעפט אדער א פיש סטאר?
אלעס איז א וועלט פאר זיך.

אגב, אין יעדע ליין קען מען מצליח זיין און דערלייגן.

מברויך אסאך סייעתא דשמיא.

מען קען היינט מאכן אסאך געלט אין ריטעיל, און מען קען אויך דערלייגן שווערע געלטער.
דא ווי מען דארף אינוועסטירן מיליאנען פארן עפענען, און דא וואס מען קען עפענען פאר פיפציג אלפים.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

ביסט גערעכט - ס'איז שווער צי ענטפערן אזא ברייטע שאלה.

איך זיך צי עפענען א סטאר, לכתחלה נישט אין די עסן אדער קליידער אינדוסטרי, וואס קען מעגליך מאכען א שיינע פאר מאות פראפיט א יאר און זיין געפירט כמעט אינגאנצען דורך א מענעדשער. איך וויל זיין די אינוועסטער און אוועקשטעלן די יסודות פין די ביזנעס.

חוץ א גרויסע סופערמארקעט איז דא נאך עני סטאר וואס מ'דארף אינוועסטען איבער א מיליאן?

וואס קען מען טוהן צי מאכען און נישט דערלייגען?
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3671
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
ביסט גערעכט - ס'איז שווער צי ענטפערן אזא ברייטע שאלה.

איך זיך צי עפענען א סטאר, לכתחלה נישט אין די עסן אדער קליידער אינדוסטרי, וואס קען מעגליך מאכען א שיינע פאר מאות פראפיט א יאר און זיין געפירט כמעט אינגאנצען דורך א מענעדשער. איך וויל זיין די אינוועסטער און אוועקשטעלן די יסודות פין די ביזנעס.

חוץ א גרויסע סופערמארקעט איז דא נאך עני סטאר וואס מ'דארף אינוועסטען איבער א מיליאן?

וואס קען מען טוהן צי מאכען און נישט דערלייגען?
דיין לעצטע פאראגראף איז א סתירה מיט די צווייטע פאראגראף, וד"ל
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

כפרה האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
ביסט גערעכט - ס'איז שווער צי ענטפערן אזא ברייטע שאלה.

איך זיך צי עפענען א סטאר, לכתחלה נישט אין די עסן אדער קליידער אינדוסטרי, וואס קען מעגליך מאכען א שיינע פאר מאות פראפיט א יאר און זיין געפירט כמעט אינגאנצען דורך א מענעדשער. איך וויל זיין די אינוועסטער און אוועקשטעלן די יסודות פין די ביזנעס.

חוץ א גרויסע סופערמארקעט איז דא נאך עני סטאר וואס מ'דארף אינוועסטען איבער א מיליאן?

וואס קען מען טוהן צי מאכען און נישט דערלייגען?
דיין לעצטע פאראגראף איז א סתירה מיט די צווייטע פאראגראף, וד"ל
איך שטעל זיך פאר אז די מיינט צי זאגען אז טאמער איך פלאן צי זיין דער וואס שטעלט אוועק די ביזנעס, ווי קען איך פרעגן וואס צי טוהן צי מאכען און נישט דערלייגען.

איז אזוי, איך פלאן עס צי אוועקשטעלן מיט ראט און הילף פין אנדערע מענטשען וואס טוהן אין ביזנעס, קאנסאלטינג, וכדו'. איך וועל צאמנעמען ידיעות און הדרכה און זיין די אחראי. עס שאדט נישט צי אויך הערן פין די עולם דא.
לאנג איילענד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 10:46 pm

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנג איילענד »

צו ענפערן דיין שאלה, דארף מען באמת פארשטיין וואס איז דיין גאול דא, די האסט א ריטעיל ספעיס און ס' דריקט דיר צו עפענען א ביזנעס? אדער די האסט א פעקעלע געלט און די ווילסט א ריטעיל געדאנק דווקא ?

פארוואס איך פרעג איז, ריטעיל דארף מען זיין זייער קריעטיוו היינט צו מאכן שיין געלט, אויב מ' טוט עס ריכטיג קען מען שיין מצליח זיין
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
כפרה האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
ביסט גערעכט - ס'איז שווער צי ענטפערן אזא ברייטע שאלה.

איך זיך צי עפענען א סטאר, לכתחלה נישט אין די עסן אדער קליידער אינדוסטרי, וואס קען מעגליך מאכען א שיינע פאר מאות פראפיט א יאר און זיין געפירט כמעט אינגאנצען דורך א מענעדשער. איך וויל זיין די אינוועסטער און אוועקשטעלן די יסודות פין די ביזנעס.

חוץ א גרויסע סופערמארקעט איז דא נאך עני סטאר וואס מ'דארף אינוועסטען איבער א מיליאן?

וואס קען מען טוהן צי מאכען און נישט דערלייגען?
דיין לעצטע פאראגראף איז א סתירה מיט די צווייטע פאראגראף, וד"ל
איך שטעל זיך פאר אז די מיינט צי זאגען אז טאמער איך פלאן צי זיין דער וואס שטעלט אוועק די ביזנעס, ווי קען איך פרעגן וואס צי טוהן צי מאכען און נישט דערלייגען.

איז אזוי, איך פלאן עס צי אוועקשטעלן מיט ראט און הילף פין אנדערע מענטשען וואס טוהן אין ביזנעס, קאנסאלטינג, וכדו'. איך וועל צאמנעמען ידיעות און הדרכה און זיין די אחראי. עס שאדט נישט צי אויך הערן פין די עולם דא.
איך פארשטיי נישט, ווילסט געבן קאנסאלטינג אין ראט וכו’, וויאזוי גייסטו דאס וויסן?

ווער גייט דיר אוסלערנען וויאזוי ריטעל ארבעט אז די זאלסט עס קענען אימפלעמענטן ביי דיר.

ריטעל סטאר מאכט א גרעי בארד!, אין זיכער ווען מע קען נישט די אייטעם, אין מע איז נישט גרייט צו פלאשן א מיליון.

א חוץ פון דעם אויב די האסט שוין א געדאנק מיט א לאקאל אין אבאנטש געלט גרייט צו פלאשן, דען קענסטו גיין צו א ריטעיל קאטש אין כאפן אבשמיס מיט יענעם פון דיין הארץ צו יענעמ’ס נשמה אין זי"ן די תועלת וואס די ברענגסט צו די היימישע עקאנעמי
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35413
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דארפסט קענען דעם ספעציפישן ליין דורך אין אדורך אין דעטאל, אויך דיין קלייענטעל און געדולד אן א ברעג.

א חוץ אויב די טוסט עס פאר פלעזשור.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Of course
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

באדדעם ליין, ווי די חברים האבן שוין געענפערט. געווענליך קומט ריטעיל אויף א פארקערטע מהלך

איינער האט א געדאנק, א געפיעל, עקספיריענס אדער האפנטליך אלע פון די דריי, און ארבעט אויס די נומערן אויב מען קען פון דעם מצליח זיין. אויב לויטן ביזנעס פלאן איז דא א גוטן שאנס פאר הצלחה, קומט די געלט חלק. אויב האט מען אליינס הרי טוב און אז נישט זוכט מען איינעם וואס גלייבט אינעם וויזשן.

איך האב א צווייטע פראבלעם מיט די שאלה, נעמליך, די חלק פון זוכן צו זיין אינדרויסן דערפון.

די שיינע ווערטער ווי ראננען, אוועקשטעלן יסודות, קאנסולטן די ארבעטערס און נעמען מענעדשערס, דאס זאגט מיר אסאך.


נעם דיר גוט אין קאפ אריין, עס איז נישט מעגליך היינט מצליח מו זיין אין ריטעיל נאר אויב מען איז הונדערט פראצענט דערינען, מען האט ארויס די זאך גוט, נישט נארמאל קריעטיו און עקסעס צו אסאך קעש.


אגב, זאג מיר וויפיל ריטעיל געשעפטן אויף דרייצענט עוו. זענען נישט עסן אדער קליידער.

כמעט נישט דא.

איר ברויכט באשליסן וואס איר ווילט אדער ווילט נישט מיט דעם שמועס
נאר חסרונות
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:16 pm

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר חסרונות »

וואס מיינט קריעטיוו ,איך האב א ליין אייטעם וואס נאך דארף איך טוהן?
Of course
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

נאר חסרונות האט געשריבן:
וואס מיינט קריעטיוו ,איך האב א ליין אייטעם וואס נאך דארף איך טוהן?
דו האסט א ליין פון אייטעמס.
לאמיר זאגן אז די קוואלעטי איז גוט, דו צאלסט גוט וכו'. דאס איז לגבי דעם עצם פראדוקט.
נעקסט. איז דאס אן אייטעם וואס עקזיסטירט שוין אויף דרייצענט עוו אדער נישט?

אויב יא,וואס גייט מאכן מענטשן קויפן ביי דיר, אויב נישט, ווער זאגט עז איז בכלל דא א פארלאנג, אויב דארף די אייטעם עדשוקעישן, וויפיל גייט עס קאסטן, אפשר גייט דער קעמל אויסגעטריקנט ווערן אויפן וועג.
גייסטו דאס קענען דורכשוויצן?

ווען דיין געשעפט איז ליידיג גייסטו שעלטן, קלאצן אדער לייגן א דשאן או גאו אינדרויסן און שרייבן בעהט אינעוויניג פארן שליסל, אזוי אז יעדער וואס וואקט אריבער און ברויך דאס ניצן קומט אויטאמאטיש אריין, בעהט פארן שליסל, און וועט געווענליך קויפן עפעס.


דאס מיין איך מיט קריעטיוו. מען קען נישט עפענען א געשעפט און פארקויפן זאקן און ווארטן די מיליאנען זאלן אריינפליסן.
דאס איז נישט קיין חלק פונעם ביזנעס פלאן, ווייל זאכן גייען אייביג אנדערש ווי געפלאנט. דאס איז טאקע די טשאלענדש, ווייל מען דארף קענען טוישן און דרייען לפי המצב.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Are you solving a problem for someone by offering your service ?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: ריטעיל אין די היימישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

איז דא ערגעץ ווי מען קען באקומען הילף אויף אוועקשטעלן א נארוואס געגרינדעטע ריטעיל ביזנעס?
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”