בלאט 1 פון 1
אינקארפארעיטן
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 22, 2008 9:11 pm
דורך שטרויזאק
ווייסט פילייכט איינער וועגן פיילן פאר א ניו יארק סטעיט קארפארעישאן?
א) ווער עס מאכט דאס גוט און ביליג.
ב) אדער אפשר קען מען דאס מאכן ערגעץ אנליין?
ג) אדער אפשר קען מען דאס אליין פיילן ביי די רעגירונג, אויב יא וועלכע פארמס?
ד) אייער עקספיריענס אין דעם.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 22, 2008 9:44 pm
דורך זאנוויל
מאנכע זאגן אז "קאמיאניטי קאנסאלטינג" אז זייער גוט אין דעם.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2008 4:30 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'וויל מאריך זיין, אבער כ'קען ליידער נישט.
קודם נאדיר אן אשכול ווי מ'האט אביסל גערעדט איבער דעם ענין.
איבער פיילן
דא קען מען פיילן אנליין דירעקט ביים דעפארטמענט אויף סטעיט.
און
דא קען מען דאונלאודען די פארם. ס'קאסט $135, חוץ אויב מ'וויל ס'זאל נעמען א טאג אדער שנעלער, דארף מען צוצאלן.
מ'קען דאס פעקסן צו: 474-1418 (518) צוזאמען מיט די קרעדיט קארד פארם.
אדער קען מען דאס מעילען צו: Department of State, Division of Corporations, One Commerce Plaza, 99 Washington Avenue, Albany, New York 12231
צו צאלן מיט א קרעדיט קארד
דרוקט דא.
אגב: אויב ווילסטו האבן אן EIN (טעקס איי די נומער), דארף מען באזונדער פיילן ביים איי. אר. עס.
הצלחה
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2008 4:37 pm
דורך איך_הער
אין קרית יואל איז דא איינער וואס מאכט עס, איך מיין אז ער הייסט נישט טייער, אז דו וועסט דארפן זיין נאמבער, פרעג מיך אין אישית.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2008 11:50 pm
דורך שוועמל
און וואס איז בנוגע LLC ?
קען מען דאס מאכן אונליין?
און פארוואס בעט מען דריי מאל די פרייז פארן פיילן א LLC?
(עווריזש פרייז פאר קארפארעשאן איז $300, און פאר LLC איז $800)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2008 8:29 am
דורך thefact
שוועמל האט געשריבן:און וואס איז בנוגע LLC ?
קען מען דאס מאכן אונליין?
און פארוואס בעט מען דריי מאל די פרייז פארן פיילן א LLC?
(עווריזש פרייז פאר קארפארעשאן איז $300, און פאר LLC איז $800)
מיין אקאונטענט איז מיר מסביר אז א LLC איז טייערער ווייל מברויך עס 'אדווערטייזן' אין פארשידענע 'פאבליקעשאנ'ס'
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2008 8:01 pm
דורך לחיים ולברכה
ווי ווייט איך ווייס; ביים סטעיט קאסט צו פיילן אן LLC נישט מער ווי $200. אבער מ'מוז אויספילן אסאך פאפירן וואס דערפאר בעט מען מער געלט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 11:14 am
דורך אהבה רבה
לחיים ולברכה האט געשריבן:כ'וויל מאריך זיין, אבער כ'קען ליידער נישט.
קודם נאדיר אן אשכול ווי מ'האט אביסל גערעדט איבער דעם ענין.
איבער פיילן
דא קען מען פיילן אנליין דירעקט ביים דעפארטמענט אויף סטעיט.
און
דא קען מען דאונלאודען די פארם. ס'קאסט $135, חוץ אויב מ'וויל ס'זאל נעמען א טאג אדער שנעלער, דארף מען צוצאלן.
אגב: אויב ווילסטו האבן אן EIN (טעקס איי די נומער), דארף מען באזונדער פיילן ביים איי. אר. עס.
הצלחה
א גרויסן ישר כח פאר די אינפארמאציע, איך זוך דאס שוין לאנג, איך טראכט פון פיילן קארפארעישאנ'ס אלס א סייד דזשאב. איך האב עטליכע פראגן, ווער עס ווייסט א תשובה אדער ווער עס ווייסט ווי איך קען באקומען די אינפארמאציע וואס איך דארף וויסן צו ווערן א אפיציעלע פיילער ביטע ענטפערן.
קודם כל, די קארפארעישן פארם איז דאס אלעס וואס מען דארף אדער מען דארף נאך דאקומענטן?
צווייטנ'ס, מען דארף נישט איינגעבן די פערזענליכע אינפארמאציע פון דעם אחראי פונעם קארפארעישאן? צ.ב.ש. סאשעל סעקיוריטי נומער וכדומה?
דריטנ'ס, ווי זוכט מען אויב די נאמען איז אוועילעבל?
פערטנ'ס, ווי פיילט מען פאר א EIN?
פיפטנ'ס, ווי באקומט מען דעם סיעל?
זעקסטנ'ס, קען איך דאס פיילן סיי ווי? למשל, קען איך עס פיילן ביים ראקלענד קאונטי קלוירק?
ווי אויך סיי וועלכע נאך אינפארמאציע עס איז שייך ביטע מיטטיילן.
א דאנק פון פאראויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 9:12 am
דורך אהבה רבה
נא?!! קען מיר איינער אפשר זיין בייהילפיג. ביטע ווער עס קען מיר געבן אביסל מער אינפארמאציע, אדער אנצייגן ווי איך קען טרעפן מער אינפארמאציע, רופט אייך אן ווארעם צום אפיעל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 7:10 pm
דורך לחיים ולברכה
אהבה רבה האט געשריבן:קודם כל, די קארפארעישן פארם איז דאס אלעס וואס מען דארף אדער מען דארף נאך דאקומענטן?
צו פיילן ביי די סטעיט איז דאס גענוג.צווייטנ'ס, מען דארף נישט איינגעבן די פערזענליכע אינפארמאציע פון דעם אחראי פונעם קארפארעישאן? צ.ב.ש. סאשעל סעקיוריטי נומער וכדומה?
ניין, נאר ביים עפענען א באנק אקאונט פאר די קארפארעישאן.דריטנ'ס, ווי זוכט מען אויב די נאמען איז אוועילעבל?
דאפערטנ'ס, ווי פיילט מען פאר א EIN?
דאפיפטנ'ס, ווי באקומט מען דעם סיעל?
לעגאל דארף מען דאס נישט האבן, אבער אז דו ווילסט דאס דאך געבן, קענסטו דאס באקומען ביי יעדע ליגעל סטעישאנערי סטאר. זוך אופ'ן וועבאכטס.זעקסטנ'ס, קען איך דאס פיילן סיי ווי? למשל, קען איך עס פיילן ביים ראקלענד קאונטי קלוירק?
ניין, א קארפארעישאן אין ניו יארק, דארף ווערן געפיילט אין ניו יארק סטעיט. א ביזנעס נעים, ווי דערמאנט אין אן אנדערן ארטיקל, פיילט מען אין די לאקאלע קאונטי.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 8:42 pm
דורך גראדער
דער וועבזייטל קען דיר אסאך ארויסהעלפן, סיי מיט אינפארמאציע, און סיי מיט די טעכנישע ארבעט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 9:30 am
דורך אהבה רבה
לחיים ולברכה האט געשריבן:אהבה רבה האט געשריבן:קודם כל, די קארפארעישן פארם איז דאס אלעס וואס מען דארף אדער מען דארף נאך דאקומענטן?
צו פיילן ביי די סטעיט איז דאס גענוג.צווייטנ'ס, מען דארף נישט איינגעבן די פערזענליכע אינפארמאציע פון דעם אחראי פונעם קארפארעישאן? צ.ב.ש. סאשעל סעקיוריטי נומער וכדומה?
ניין, נאר ביים עפענען א באנק אקאונט פאר די קארפארעישאן.דריטנ'ס, ווי זוכט מען אויב די נאמען איז אוועילעבל?
דאפערטנ'ס, ווי פיילט מען פאר א EIN?
דאפיפטנ'ס, ווי באקומט מען דעם סיעל?
לעגאל דארף מען דאס נישט האבן, אבער אז דו ווילסט דאס דאך געבן, קענסטו דאס באקומען ביי יעדע ליגעל סטעישאנערי סטאר. זוך אופ'ן וועבאכטס.זעקסטנ'ס, קען איך דאס פיילן סיי ווי? למשל, קען איך עס פיילן ביים ראקלענד קאונטי קלוירק?
ניין, א קארפארעישאן אין ניו יארק, דארף ווערן געפיילט אין ניו יארק סטעיט. א ביזנעס נעים, ווי דערמאנט אין אן אנדערן ארטיקל, פיילט מען אין די לאקאלע קאונטי.
א גרויסן שכח פאר די אינפארמאציע. אבער איך וויל פארשטיין וויאזוי די סטעיט ערלויבט צו עפענען א קארפארעישאן אן צו וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם?
אויך וויל איך פארשטיין וואס איז די חילוק פון פיילן פאר א קארפארעישן אדער א ביזנעס נעים? לויט ווי איך פארשטיי איז א קאונטי קלוירק א פארשטייער פון ניו יארק סטעיט.
אויך, צו ווייסט איינער א ביכל וואס געט אביסל מער ידיעות איבער דעם נושא?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 10:04 pm
דורך ביזנעסקאפ
זייער וויכטיג נוגע אויף למעשה:
קען מען עפענען א קארפארעישן אויף א PO BOX אן ניצן א געהעריגע אדרעס?
ווער עס קען מיר העלפן מיט אפאר געציילטע פראגן אין אישית וואלט איך זייער אפרישיעיטעד.
יש"כ למפרע
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 10:08 pm
דורך green
יא די קארפ אדרעס קען זיין א פאסט אפיס באקס
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 10:18 pm
דורך ביזנעסקאפ
יש"כ פארן שנעלן ענפער.
מיין שאלה איז אזוי:
איך געברויך אויפווייזן פארדינסטן (פאר א צווייטן) פאר א שטיק צייט וויל איך עפענען א קארפ. געבן יענעם א געהאלט PAY CHECKS, פאר אפאר חדשים און דערנאך וועל איך פארמאכן די ביזנעס... איז דאס אויסגעהאלטן? אויב יא, ווי שנעל קען איך האבן די קארפ אפן?
לוינט מיך אליינס צו פיילן אנליין (אליינס אן א אקאונטענט)?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 7:59 am
דורך פאר דוקא
פרעג א לויער פאר א שעלווד קארפארעישא, אזוי קקענסטו מאכען אז ער האט געמאכט דאס געלט רעטראועקטיוו
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 10:04 pm
דורך ביזנעסקאפ
א גרויסער יש"כ פאר די הילף
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 10:19 pm
דורך פאר דוקא
מיי פלעזשור
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:19 am
דורך בני יששכר
אויב איינער איז אויף פאבליג אסיסטונס מעג
ער האבן א inc
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:40 am
דורך אַבּערוואַס
בני יששכר האט געשריבן:אויב איינער איז אויף פאבליג אסיסטונס מעג
ער האבן א inc
קושי'? תי'? זיי בעסער מסביר דיין תגובה.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:45 am
דורך בענעפיטס
בני יששכר האט געשריבן:אויב איינער איז אויף פאבליג אסיסטונס מעג
ער האבן א inc
יא מקען זיין סעלף עמפלויעד אדער האבן א LLC
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:17 pm
דורך שנאפס
בענעפיטס האט געשריבן:בני יששכר האט געשריבן:אויב איינער איז אויף פאבליג אסיסטונס מעג
ער האבן א inc
יא מקען זיין סעלף עמפלויעד אדער האבן א LLC
אין אזא פאל לוינט ענדערש א C קארפארעישן, ווייל די פראפיט פון א S קארפארעישן גייט סוף יאר אויף דיין נאמען