בלאט 35 פון 38

PRICE LEVEL LIST

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:16 pm
דורך FREEDOM
איך האב שוין געמאכט א ליסטע פון 5 קאסטומערס, ראובן, שמעון, לוי, וכו'
וואס יעדע אייטעם "פארלאנג" איך (שטייטסעך אויב וועט געבן) א דיפערענץ פרייס
איצט, ווי אזוי קומט עס צוזאמען ווען איך מאך אן אינוואיס פאר ראובן,
זאל ער מיר אויטאמאטיקלי ברענגען די פרייז וואס איך האב אים געמאכט.
און די זעלבע פאר שמעון וכולעוכולע – מי כעמך ישראל.
כווייס איר וועט מיר ענטפערן אין א ספליטסעקאנט ,
טאקע וועגן דעם טרוי איך זיך צוצונעמען די צייט און אייך מזכה זיין – מי כעמך ישראל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:44 pm
דורך זאכליך
ביי edit customer איז דא אן אפציע צו סעלעקטן א פרייז לעוועל פון די ליסטע פאר יעדע קאסטומער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:09 pm
דורך FREEDOM
זאכליך האט געשריבן:ביי edit customer איז דא אן אפציע צו סעלעקטן א פרייז לעוועל פון די ליסטע פאר יעדע קאסטומער.

געלונגען טאקע מיט א ספליטסעקאנט - מי כעמך ישראל
כוויל נישט זיין קיין .... אבער זייטזשע ביטע מעיין אין די פריערדיגע שאלה!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 11:31 pm
דורך העקער
איך האב געקויפט סחורה פון א ווענדאר, באצאלט מיט א ק"ק און פיניש

שפעטער האב איך געזען אז די סחורה איז נישט פאר מיר, האב איך אים צוריקגעשיקט די סחורה און ער האט עס ריפאנדעד צום ק"ק, וויאזוי איז די ריכטיגע וועג עס אריינצולייגן?

איך האב עס אריינגעלייגט אלס א קרעדיט, און אונטן אריינגעלייגט קעגן וועלכע אייטעם די קרעדיט איז געקומען, די אינווענטארי איז אראפ אבער יעצט ווייזט ער מיר אז קרעדיט פונעם ווענדאר פאר כך וכך

די באלאנס דארף ווערן זירא און נישט בלייבן אלס א קרעדיט פונעם ווענדאר, וואס איז די ריכטיגע וועג עס צו טוהן?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 11:36 pm
דורך זאכליך
האסט זייער גוט געמאכט, נאר די לעצטע שטאפל פעלט נאך.

יעצט דארפסטו אריינלייגן א קרעדיט קארד קרעדיט פאר יענע ווענדאר. און אינטען ביי אקאונטס לייג אקאונטס פעיעבל.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 11:45 pm
דורך העקער
יישר כח פאר די שנעלע ענטפער

איך האב עס אריינגעלייגט אלס קרעדיט ביי ביללס, אויב איך לייג עס יעצט אריין אלס קרעדיט ביי ק"ק וועט עס דאך ווייזן אז איך האב אים צוריקגעשיקט דאפלט פון די אייטעמס, ניין?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 12:03 am
דורך זאכליך
פארדעם ווען די לייגסט אריין די קרעדיט קארד קרעדיט, זאלסטו אנשטאט שרייבן אינטען די אייטעם וואס די האסט צוריקגעשיקט, שרייבן אקאונטס פעיעבל.

אבער באמת פעלט נישט אויס די בילל קרעדיט, די דארפסט נאר א קרעדיט קארד קרעדיט און דעמאלטס קענסטו לייגן אינטען די אייטעם וואס די האסט צוריקגעשיקט.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 12:08 am
דורך אַבּערוואַס
מאך עס סימפל, לייג נאר אריין א קרעדיט קארד "קרעדיט" און אונטן ביי די אייטעמס טעב לייג אריין די אייטעם.

_____

זאכליך האקט, די זעלבע נקודה

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 12:10 am
דורך העקער
יישר כח, גיימער מעקן און איבערלייגן...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 1:43 am
דורך שוועמל
העקער,
איך פלעג טון ווי דא. א מחי'ה
דאס איז בערך ווי זאכליך זאגט, א טראפ קלארער
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=226762#p226762

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 2:07 pm
דורך אַבּערוואַס
שוועמל, דארט רעדט מען פין א טשעק, העקער רעדט פין א ק"ק טשארדזש/קרעדיט וואו מ'קען אריינלייגן די אייטעם דירעקט, וממילא דארף מען נישט קיין באזונדערע ק"מ וכו'.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 7:27 pm
דורך זאכליך
ביי א טשעק קען מען אויך אריינלייגן די אייטעם דירעקט. איך זעה נישט ווי ס'כאפט די חילוק צווישן א טשעק און א קרעדיט קארד (איך פארשטיי אז ס'איז א חילוק וועלכע פארום מ'נוצט אבער לגבי די מהלך איז עס די זעלבע).

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 8:12 pm
דורך אַבּערוואַס
זאכליך, איר זענט זיכער אז מ'קען דאס טון מיט א טשעק (פעימענט) פין א ווענדאר?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 10:26 pm
דורך זאכליך
יא!

אלעס וואס מ'קען טוהן ביי א קרעדיט קארד קען מען אויך טוהן ביי א טשעק.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 6:13 am
דורך אַבּערוואַס
ע'פארשטיי נישט, דא רעדט מען פין א טשעק וואס מ'קריגט פינעם ווענדאר, נישט וואס מ'שרייבט ארויס פינעם רעדזשיסטער! נו, וואו נאך קען מען דאס ענטערן אויסער ביי "רעסיוו פעימענטס", אדער "מעיק דעפאזיטס"?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 9:45 am
דורך זאכליך
אבערוואס, ביזט גערעכט, כ'האב מיר טועה געווען.

ווען די ווענדער גיבט צוריק א טשעק איז די איינציגסטע ריכטיגע וועג א ביל קרעדיט און א דעפאזיט אזוי ווי שוועמלס לינק. אבער ביי קרעדיט קארד איז גרינגער א קרעדיט קארד קרעדיט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:29 pm
דורך הבדלה וויין
קען זיין איינער מען האט שוין עס געפרעגט אבער איך בין פויל איבערצוליינען 35 בלעטער.
ווייסט איינער ווי אזוי מען קען מאכן אז אויף א סטעיטמענט זאל ארויפקומען ביי די פעימענטס צו וועלכע אינוואויס יעדע פעימענט איז אפלייט?
א דאנק למפרע

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 6:11 pm
דורך שוועמל
איז איינער באקאנט מיט אפלאודן א PO דורך IIF פייל?
איך האב פרובירט מיט די סעמפל פייל פון אינטואיט כאב מיך נישט געקענט קיין עצה געבן.
אויכעט נוץ איך קאסטום פיעלדס פאר מיינע אייטעמס. וויזוי ברענג איך דעם אריין אינעם IIF ?


נב, איך וויל נישט דא קריעטן דעם ווענדער אדער אקאונט אדער אייטעמס, אלעס עקזיסטירט שוין, איך וויל בלויז מאכן דעם PO פון זייער אסאך אייטעמס.

אויב נייטיג וועל איך שטעלן א סעמפל וואס כאב אנגעהויבן ארבעטן דערמיט אבער סיז נישט געגאנגען.
תודה למפרע

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 7:34 pm
דורך אַבּערוואַס
וועלכע יאר/עדישען קוויקבוקס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 7:35 pm
דורך שוועמל
14 enterprise

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 9:49 pm
דורך שאינו יודע
איז דא ערגעץ ווי איך קען מיר אויסלערנען צו מאכן א IIF פייל

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2015 1:11 am
דורך שוועמל
כאב מיך למעשה אן עצה געגעבן דורך א טירד פארטי טול וואס איז א עדד אין צו עקסעל און עס מאכט IIF פיילס פאר דיר לויטן געברויך.
http://bigredconsulting.com/products/ii ... uickbooks/

זיי האבן א פרי טרייעל ביז 100 טרענזעקשאנס
קאסט $99

עס איז דא נאך וואס טוען עס ווי Transaction Pro

איין דראובעק איז דא ביים אימפארטן טרענזעקשאנס אז די קאסטום פיעלדס קומען נישט מיט, דערווייל איז נישטא קיין וועג דאס אריינצוברענגען.
חוץ ביי אינווענטארי ליסט דארט גייט עס יא.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 4:00 pm
דורך א פיינע מענטש
איך וויל וויסן וויאזוי מען שטעלט אויס א סטעטמעינט,מיט מיין אייגענע לעדער העד אויף קוויק בוקס 2012 לצורך נדו"ד פאר ביהמ"ד וכדומה.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 5:51 pm
דורך שוועמל
Layout designer

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 6:00 pm
דורך א פיינע מענטש
שוועמל האט געשריבן:Layout designer

און נאכדעם?