בלאט 33 פון 38

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:54 pm
דורך abr
שכוח .
דעס ווען איך ענטער א אינוואיס פאר א קאסטאמאר
איך רעד פון א ווענדער אינוואיס .

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 9:16 am
דורך מאנ-יימער
איך רעד אויך פון א ווענדער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 1:04 pm
דורך ניק ניק
איז מעגליך צו האבן א ריפארט פון אלע נישט געקלערטע טשעקס?

די אפציע cleared, yes/no ביי די פילטער נעמט נאר אראפ טשעקס וואס מ'האט שוין רעקאנסיילד און ס'האט א טשעק אבער נישט די טשעקס וואס מ'האט דאונלאדעד און ס'האט א שטערנדעל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 8:50 pm
דורך זאכליך
ווען איך דארף אזאנס, עקפארט איך עס צו עקסעל און דארט מעק איך אויס די וועלכע האבן א שטערנדל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:34 am
דורך ניק ניק
זאכליך האט געשריבן:ווען איך דארף אזאנס, עקפארט איך עס צו עקסעל און דארט מעק איך אויס די וועלכע האבן א שטערנדל.

איך טוה דאס אויך, אבער איך זיך א גרינגערע וועג און איך וויל די ריפארט מעמארייזן

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 9:24 am
דורך Elmo
איך האב באקומען א פעימעמט פון א קאסטומער און ער האט באצאלט א אינוואיס פאר זיך און פאר נאך א אינוואיס פון א אנדערע קאסטומער
וויזיוי דארף מען דעס ענטערן סע איין טשעק פאר צוויי קאסטומערס אינוואיסעס?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 11:55 am
דורך זאכליך
מ'קען נישט.

אויב גייען די צוויי קאסטומערס אלס באצאלן צוזאמען, מאך איינעם א סוב קאסטומער פונעם צווייטן.

אויב איזעס אן איינמאליגע זאך. לייג אריין די פעימענט ביי ראובן און אויך א אינוואוס ביי ראובן פאר די סכום וואס ער צאלט פאר שמעון און לייג אריין א קרעדיט מעמא ביי שמעון.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 11:59 am
דורך מאנ-יימער
אבער עס מאכט פראבלעמען ווען מ'מאכט א ריפארט פון ראובן'ס אקאונט.

וואס איך האב געטוהן אין אזא פאל איך האב ביי ביידע אריינגעלייגט די פעימענט אבער ביים סכום נאר אריינגעלייגט וויפיל עס ווערט באצאלט פאר דעם קאסטומער און צוגעשריבן ביי מעמאוס די דעטאלן וואס ס'איז דא פארגעקומען.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 12:07 pm
דורך זאכליך
מאן יימר'ס עצה איז בעסער.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 2:15 pm
דורך Elmo
יישר כח

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 2:17 pm
דורך ניק ניק
מאן יימר'ס עצה מאכט פראבלעמען ביים ריקאנסיליעטן די באנק, ווער רעדט נאך אויב די טשעק קומט צירוק און מ'דארף עס צירוק מיינעסן פון באנק, בדידי הוא עובדא

נאמען - אדרעסע - טעל. אויפ'ן ריפארט שיט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 10:53 am
דורך FREEDOM
ביים מאכן א רעפארט, למשל "אפען באלאנס"
איך טשוס אלע קאסטומערס מיט אן "אפען באלאנס"
זעה איך אויפ'ן רעפארט די קאסטומער נאמען, ווי "גריהאוז", א.ד.ג.
איך וויל עס זאל אויך ווייזן די אדרעסע און טעלעפאן נומער פון דעם קאסטומער
אויף דעם רעפארט, עס זאל זיין הענדי ביי די האנט: 1) נאמען, 2) אדרעס, 3) טעלעפאן
ווי אזוי?
איך האב נישט צופיל צייט אין די פארנומענע טעג צופיל צו גוגלען, און כאפט אריין א מצוה'לע,
ווי מיין באבע ז"ל פעלגט אלץ זאגן

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 5:48 pm
דורך זאכליך
אויפן אויף איז נישט דא קיין וועג.

אויב פרובירסטו צו מאכן קאלעקשאן'ס, קענסטו ניצן קאלאקשאן ריפארט אדער קלעקשאן סענטער. (איך בין נישט זיכער אויף וועלכע ווערסיע ס'איז דא).

דאונלאוד סטעיטמענטס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 8:53 am
דורך Elmo
איך וויל רעקאנסיילען מיין QB וויזוי קען איך דאונלאודן מיינע סטעיטמענטס פון די באנק מיין באנק איז טשעיס ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 7:01 pm
דורך זאכליך
דאונלאודן אריין אין QB? גיי צו בענקינג>אנליין בענקינג.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 9:41 am
דורך Elmo
כ׳האב א קאסטומער וואס איך וויל לייגן אונטער א אנדערע קאסטומער פאר א קאסטומער זשאב וויזוי טוט מען דעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 9:45 am
דורך מאנ-יימער
מאך די נייע קאסטומער פאר א דזשאב אונטער דעם אנדערען קאסטומער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 10:40 am
דורך שאינו יודע
בנוגע די פייל קעבינעט.

עס איז נישט אזוי פשוט, עס איז נישט דא קיין קלארע מהלך אויף דעם.

אלע זאגן אז מען זאל עס בעיסן אויף א פרייז, אבער עס שטימט נישט, ואכמ"ל

לויט מיין אקאונטענט קען מען ביז צוויי הונדרעט טויזענט זיך ארומשפילן.
--

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 9:31 pm
דורך Elmo
אבער די קאסטומער וואס איך וויל לייגן אונטער די אנדערע קאסטומער איז שוין א אלטע קאסטומער מיט טרענסעקשעןס וויזוי טוט מען דעס ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2014 9:22 am
דורך שאינו יודע
שוין געהאט אזאנס, געטוישט איעדע טרענזעקשאן באזונדער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2014 11:59 am
דורך שאינו יודע
באקומען אין אישי


Elmo האט געשריבן:
כ׳האב א קאסטומער וואס איך וויל לייגן אונטער א אנדערע קאסטומער פאר א קאסטומער זשאב וויזוי טוט מען דעס?

מאנ-יימער האט געשריבן:
מאך די נייע קאסטומער פאר א דזשאב אונטער דעם אנדערען קאסטומער.
‏‏
Elmo האט געשריבן:
אבער די קאסטומער וואס איך וויל לייגן אונטער די אנדערע קאסטומער איז שוין א אלטע קאסטומער מיט טרענסעקשעןס וויזוי טוט מען דעס?

שאינו יודע האט געשריבן:
שוין געהאט אזאנס, געטוישט איעדע טרענזעקשאן באזונדער

שאינו, דאס איז זייער א שווערע וועג, בפרט אויב זענען דא טראנזאקציעס וואס זענען שוין רעקאנסיילד וועט קוויקבוקס נישט לאזן טשעפען בכלל, און אויב יא וועט עס אנ-דוען די רעקאנסיליעישאן (מ'קען זיך גראדע שפילן דורך א אונטערוועג, אבער דאס איז א ארבעט, און ס'לוינט נאר ווען ס'נישט דא קיין ברירה).‏

ס'דא א גרינגערע וועג דאס צו טון (לכאו' דאס האט מאן-יימר אויך געמיינט), אמער, ‏מ'דארף אין אכט נעמען אז איינמאל ער ווערט א סוב (דזשאב) וועלן אלע אלטע טראנזאקציעס פין דעם קאסטומער (פין די צייט ווען ער איז נאך געווען אליינס) אויך ארויפקומען כאילו ס'איז געווען א סוב, און ס'קען אביסל (אסאך) צומישן די חשבונות.

דערום, איז אנשטאט טוישן ענדערש צו קריעיטן א נייע קאסטומער (די זעלבע נאמען ווי דער געהעריגע קאסטומער נאר מ'לייגט דאס לכתחילה אריין אלס א דזשאב אונטער דעם קאסטומער ווי מ'וויל אים יעצט האבן אלס סוב, אזוי ווייסט מען שפעטער וועלכע דזשאב איז געווען ער אליינס, און וועלכע איז שוין געווען נאכ'ן ווערן אויסגעקויפט (למשל).

אויב לוינט זיך נאך אלס צו טוישן, דאן פאללאו די סטעפס: 1. מאך זיכער אז דו ביסט אין סינגל יוזער מאוד (אויב האסטו מאלטי-יוזער), 2. גיי אריין צו קאסטומער סענטער, 3. כאפ אן (מיט'ן לינקן מייז קנעפל) דעם קאסטומער - וואס דו ווילסט מאכן פאר א דזשאב - ביי די דיימאנד סימבאל אויפ'ן לינקע זייט פינעם שורה, 4. דרעג עס אראפ אדער ארויף אז עס זאל זיין די שורה אונטער דעם קאסטומער וואס גייט ווערן זיין טאטע קאסטומער, 5. כאפ נאכאמאל אן די דיימאנד פין די (מיועד להיות) סוב, און שלעפ עס צו רעכטס (אינדענט), 6. איינמאל ס'האט אריינגעסנעפט אין פלאץ אביסל צו רעכטס, ווערט עס א סוב צו דעם וואס איז איינס העכער.

נ.ב. דאס ארבעט אויך די זעלבע ביי טשארט אף אקאונטס (און לכאו' איבעראל אין קוויקבוקס ווי ס'דא דער דיימאנד סימבאל), און מ'קען אפי' מאכן א סוב-סוב, מ'דארף עס אבער נוצן פארזיכטיג, מ'קען די זעלבע זאך טון אויב מ'וויל פאר סיי וואספארא סבה רי-ארגענייזן דעם צפעציפש'ן ליסט, למשל אין טשארט אף אקאונטס ‏אז איין אקאונט זאל זיין העכער‏ פינעם צווייטן (א גוטע דוגמה פ"וו דאס צו וועלן טון קען זיין, אז ווען מ'גייט אריין אינעם רעדזשיסטער, זאל די ערשטע ארויפקומען די באנק וואס מ'נוצט די מערסטע, וכדו').

א_ווי אויך אויב וויל מען שפעטער פאר סיי וועלכע סבה עס צוריק מאכן פאר א באזונדערע קאסטומער טוט מען די זעלבע מהלך נאר אנשטאט וואס פריער האט מען אריינגערוקט די ליין צו רעכטס, טוט מען עס יעצט צוריק אויסגראדן, דהיינו, גיבסט עס א ריק צו לינקס ס'זאל שטיין גלייך מיט אלע (פערענט) קאסטומער'ס.‏

הצלחה רבה!!‏

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 12:48 am
דורך geek
קיינמאל געהערט פון דעם

יישר כח פאר דיר און פאר די בעל האישי

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 11:25 am
דורך שאינו יודע
איך האב אויך נישט געוויסט


--

לגבי טשעקס וואס האבן נישט געקלעירט,

די טשעק רעדזשיסטער קען מען אויך אנשטעלן אויף אזא דיספלעי.
ריקאנסיליעשאן ריפארטס קען מען עס אויך זען
אויך ביי א קוויק ריפארט פון די באנק אקאונט קען מען עס סארטן לויט די קלעירד סטעטוס

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 11:23 pm
דורך פרישער
מאנ-יימער האט געשריבן:אבער עס מאכט פראבלעמען ווען מ'מאכט א ריפארט פון ראובן'ס אקאונט.

וואס איך האב געטוהן אין אזא פאל איך האב ביי ביידע אריינגעלייגט די פעימענט אבער ביים סכום נאר אריינגעלייגט וויפיל עס ווערט באצאלט פאר דעם קאסטומער און צוגעשריבן ביי מעמאוס די דעטאלן וואס ס'איז דא פארגעקומען.


איך וואלט אריין געלייגט דעים טשעק פאר ראוובן מיט זיין סכום, למשל די טשעק איז א מאה, אויב ביזטו א רייסער דאן מאך דעים משל מיט מאה אלף.

באצאל דעים ערשטן ביל פון.פיפציג, לייג ארויף דעים טשעק נומער, און דאן מאך נאך א רעסיוו פעימענט פאר דעים צווייטן קאסטאמער שמעון, ווי למשל דו וואלסט וועין באקומען צוויי באזינדערע צ'עקן, נאר געדעינק ביי ענטער דיפאזיט'ס און ביי ריקאנסיליעשן אז און אמת'ן אריין האסטו נאר איין טשעק, נאר דארטן וועט כאפן דער חילק

batch report

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:04 pm
דורך ניק ניק
איינער וואס נעמט אסאך קרעדיט קארד'ס און מאכט סוף טאג א בעטש batch report, און די בעטש דארף שטימען מיט די מורזשענט סטעיטמענט, און דערנאך אויף די מערזשאנט סטעיטמעט שטייט די דיפאזיטס צו די באנק און דאס דארף פארשטייט זיך שטימען מיט די באנק.
וויאזוי מאכט מען די דיפאזיט אין קוויק בוקס נאכען אריינלייגן אלע פעימענטס עקסטער אין "אנדיפאזיטעד פאנדס" אקאונט?